ישעיהו
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
ישעיהו (ג'ק"ם - ג'ש"ס) דער זון פון אמוץ איז געווען א נביא אין מלכות יהודה.
ישעיהו'ס טאכטער חפציבה האט חתונה געהאט מיטן מלך חזקיהו; זיי האבן געהאט צוויי קינדער, רבשקה און מנשה.
דער קבר פון ישעיהו געפינט זיך אינעם דארף ברעם אין דעם גליל.
זיינע נבואות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
ווען חזקיהו איז געווען קעניג אויף מלכות יהודה, האט סנחריב (דער קעניג פון אשור) אנגעשרעקט אז ער וויל אייננעמען ירושלים פון יהודה'ס קעניגרייך, און איז געקומען קיין ירושלים צו אנפאנגען א מלחמה. ווען חזקיהו האט דאס געהערט, האט ער געבעטן פון ישעיהו צו דאווענען אויף זיין קעניגרייך צו איר אפהיטן פון סנחריב. און ישעיהו האט געענטפערט אז סנחריב וועט דארפן אלץ א געוויסע סיבה זיך אומקערן צו זיין לאנד, און וועט דארט שטארבן דורך א שווערד. 20 יאר שפעטער איז סנחריב געמרד'עט געווארן דורך זיינע צוויי קינדער.