יעקב אריה מיליקאווסקי
יעקב אריה ישעיה מיליקאווסקי | ||
---|---|---|
אַמשינאווער רבי | ||
געבורט | כ"ג אב תש"ז פאראייניקטע שטאטן | |
חסידות | אמשינאוו | |
הויף ארט | ירושלים | |
נומער אין דינאסטיע | 6 | |
פאריגער | רבי מאיר'ל אמשינאווער | |
פאטער | הרב חיים מיליקאווסקי | |
מוטער | חיה נחמה קאליש | |
ווייב | נעמי פעריל אייגער |
הרב יעקב אריה ישעיה מיליקאווסקי (געבוירן דעם 9טן אויגוסט, 1947. כ"ג אב תש"ז), איז דער אמשינאווער רבי.
געבוירן אין די פאַראייניגטע שטאַטן צו זיין פאטער עילוי עצום און תלמיד חכם מופלא הרב חיים מיליקאווסקי, א ליטוואק פון דער מירער ישיבה, וואס איז געווארן שפּעטער דער ראש ישיבה פון אַמשינאוו אין ירושלים, און צו זיין מוטער חיה נחמה, די טאָכטער פון רבי ירחמיאל יהודה מאיר קאליש, דער אמשינאווער רבי. דאס איז געווען א אויסנאם שידוך צווישן אַ תּלמיד פון א ליטווישער ישיבה מיט דער טאָכטער פון א פוילישן רבי פון חסידים. דאס איז געשען בשעת דער צווייטער וועלט מלחמה, ווען זיי זענען געווען אין שאַנכיי.
אלס קינד איז ער געגאנגען קיין ארץ ישראל מיט זיין פאטער און זיידע און ער האט דארט געלערנט אין ת"ת עץ חיים און אין דער בריסקער ישיבה.
אין דער עלטער פון דריי און צוואנציג האט ער חתונה געהאט מיט דער טאָכטער פון רבי אברהם אייגער, לובלינער רבי. זיי האבן צוועלף קינדער. זייער עלצטער איז ליידער אַוועק פריצייטיג נאָך אַ לאַנגער קראַנקייַט.
כ"ז אייר תשל"ו איז נפטר געווארן זיין זיידע, און די חסידים האבן אים געקרוינט אלס ממלא מקומו, קעגן זיין ווילן. פילע אדמורי"ם, צווישן זיי רבי ישראל אלטער, גערער רבי, און רבי משה מרדכי בידערמאן פון לעלאוו האבן אים משכנע געווען אָנצונעמען אויף זיך דעם יאָך פון דער רביסטעווע. כאָטש ער האט צום סוף מסכים געווען צו פירן א רביסטעווע, פירט ער זיך נאך עד היום צו עטלעכע פון זיינע אנהענגערס ווען זיי רופן אים "רבי, רבי", צו ענטפערן אַז ער איז נישט אַ רבי.
הרב מיליקאווסקי וואוינט אין אַ דירה פון דריי צימערן, מעבלירט מיט אלטע מעבל, נאָענט צו זיין הויף, אין דער קוואַרטל פון בית וגן אין ירושלים, און ער לערנט פאר שיעורים אין ישיבה "שם עולם" געגרינדעט דורך זיין זיידן.
זיין פערזענליכקייט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ער איז באוואוסט מיט זיין זיך דערווייטערן פון פרסום. פילצאליגע אידן זענען זיך כסדר שואל עצה מיט אים, אפילו אזעלכע וואס זענען נישט זיינע חסידים.
צווישן די תלמידים: רבי מאיר בראנדסדארפער זצ"ל חבר הבד"ץ דהעדה החרדית (טראָץ זיין אנגעהערשאפט אין אן אנדער קהילה); רבי צבי מאיר זילברברג; דער רבי פון פינסק קארלין, וואס זעט זיך ווי זיינס א תּלמיד און באַטייליגט זיך אמאל ביי זיין "טיש", דער סאכאטשאווער רבי און נאך.
זיין מערסט באקאנטער שטריך איז זיין גאר פארשלעפטער סדר היום.