יחיאל טייטלבוים

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי יחיאל טייטלבוים הי"ד (י' שבט ה'תרכ"ח - כ"ב תמוז ה'תש"ב), רב אין קאלבאסאוו.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יחיאל איז געבוירן י' שבט ה'תרכ"ח, צו זיין פאטער הרב אברהם אהרן טייטלבוים, רב אין קאלבאסאוו, א זון פון הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב, א זון פון הרב אלעזר ניסן טייטלבוים, רב אין דראהאביטש, א זון פון הרב משה טייטלבוים דער ישמח משה. און צו זיין מוטער מרת רייצא א טאכטער פון הרב יחיאל רובין, רב אין קאלבאסאוו, א זון פון הרב אשר ישעיה רובין רב אין ראפשיץ.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יחיאל איז געווען א צדיק אינגאנצן אויסגעטוהן פון דער וועלט, ער האט שטונדען פארברענגט זיך גרייטן צום דאווענען. רבי יחיאל איז אויסגעוועלט געווארן דורך זיין פאטער אלס זיין ממלא מקום, רב אין קאלבאסאוו, אבער ס'האט זיך געשאפן קעגען אים אן אפאזיציע פון די דזשיקאווער חסידים. אין יאר ה'תר"ץ איז רבי יחיאל ארויס מיט א קאמפף קעגען דעם אויפנעמען פון זיין שוועסטער-קינד רבי מענדעלע רובין אלס דיין, מ'האט געזעצט א בוררות צוזאמען געשטעלט פון הרב שמואל אהרן מיללער רב אין לאבאווא, הרב יהושע ווידערקעהר רב אין פשעמישעל, אין הרב אברהם יצחק הורוויץ רב אין פראוויזנא, זיי האבן ארויס געגעבען זייער פסק אז דאס רבנות געהערט צו רבי יחיאל, אבער זיי האבן געווירקט אויף רבי יחיאל ער זאל צולאזען רבי מענדעלע אלס דיין.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יחיאל איז אומדעקומען אויף קידוש השם כ"ב תמוז ה'תש"ב הי"ד.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יחיאל האט געהייראט מרת דבורה א טאכטער פון הרב אריה לייביש ראזענפעלד רב אין מאשציסק.

  • הרב אריה לייביש טייטלבוים, קאלבאסאווער רב אין ניו יארק.

רעפערענצען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר