יושע חיים קאסטען
מראה
יהושע חיים קאסטען איז דער הויפט גבאי ביים ראחמיסטריווקער רבי׳ן פון בארא פארק.
ער איז געבוירן אין אמעריקע ביי זיין פאטער הרב אהרן פנחס ע"ה פון פוילן. אין די יונגע יארן האט ער געלערנט אין ישיבת שערי יושר. אלס עלטערער בחור האט ער געלערנט אין ישיבת מאור עינים פון ווי ער איז מקושר געווארן לבית ראחמיסטריווקא, און חתונה געהאט מיט א טאכטער פון ר' חיים פריעד אין שיכון סקווירא. ער איז געווארן דער מנהל פון דער תלמוד תורה ביז תשמ"ב.
ווען דער ראחמיסטריווקער רבי האט איבערגענומען די רביסטעווע איז ער ארויסגעגאנגען און געצויגן קיין בארא פארק צו זיין לעבן רבין, וואו ער איז דער גבאי.