יוסף פרץ ביללער

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

יוסף פרץ ביללער איז א ייד פון מאנסי וואס שרייבט אויף נאטור און וויסנשאפלעכע פארשונגען. ער איז אמאל געווען דער רעדאקטאר פון יפה בעתו. היינט שרייבט ער פאר דער בליק.

דאס איז געווען ביז בערך אין יאר תשס"ה, דערנאך איז ער אריבער צו דער פלאם. שפעטער אין די סוף ס' יארן האט ער אנגעהויבן צוריק ארויסצוגעבן אן אייגענע אויסגאבע וואס איז אביסל ענליך צו דעם יפה בעתו און דער נאמען דערפון איז דבר בעטו אבער עס איז מער גראפיש און קאלירפול, אזוי אז עס איז פיל מער ציענד און אינטרעסאנט, ווי זאגט די וועלט מיט די יארן לערנט מען זיך.

זיין לעבנסשטייגער איז פון דעם ווייסע סלאנימער חסידות וואס איז באזירט אין ירושלים. ער איז געבוירען אין מאנסי, און אלס קינד האט ער געלערנט אין דעם סקווערער חדר, ווי פילע פון די מאנסיער חסידישע אידן, וואס האבן דארטן געשיקט זייערע קינדער, זייענדיג דאס איינציגע חסיד'ישע בית חינוך אין דעם אומגעגנט, טראץ דעם וואס זיי האבן נישט אפיציעל אנגעקערט צו דעם סקווירא'ער קרייז