יואל בראנד
יואל בראנד (טראַנסילוואַניע 1907 - ארץ ישראל 1964) ער איז געווען פארנומען ביי דעם צווייטן וועלט קריג אין ראטעווען יידן פון די טויט לאגערן אונטער די נאציס.
לעבנסגעשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- געבוירן אין טראַנסילוואַניע, זיינע עלטערן האבן זיך געצויגן אויף דייטשלאנד אין 1910, ער איז געווארן א קאמוניסט, מען האט אים ארעסטירט, ער איז באפרייט געווארן אין 1934 ער האט זיך דאן אריבערגעצויגן אויף בודאפעסט אונגארן ווי ער איז געווארן א ציוניסט.
- אין 1935 האט ער פארהייראט זיין פרוי הענטשי הארטמאן, און ווען מען האט דעפרטטירט הענטשי'ס ברודער אין 1941 האט יואל בראנד באצאלט פאר יוזעף קרעם - א אונגארישער שפיאנאזש אגענט - אז ער זאל ראטעווען זיין ווייב'ס פאמיליע. פון דאן אן איז ער געווען פארנומען ראטעווען יידן פון די דייטשן דורך זיי שמוגלען. בעיקר פוילישע און סלאוואקישע יידן וואס זענען אנגעלאפן קיין אונגארן.
- ווען די דייטשן האבן אנגעפאנגען צו פארטיליגן די אונגארישע יידן איז ער פארמישט געווארן אין פרובירן זיי ראטעווען קודם דורך געלט דערנאך דורך שטאף און געצייג וואס ער האט צוגעזאגט פאר די דייטשן.
- אין מערץ 1944 האט אדולף אייכמאן אויף די באפעל פון היינריך הימלער אפגעמאכט מיט אים טראקס פאר בלוט אז פאר 10000 טראקס מיט טיי, צוקער, קאווע, און זייף וועט מען ראטעווען א מיליאן (1,000,000) יידן.
בראנד איז דערפאר געגאנגען קיין איסטאנבול צו זיך צונויפטרעפן מיט די אליערטע צו קענען ראטעווען די יידען. מיט אים האט הימלער מיטגעשיקט באנדי גרוסז - א יידישער שפיאנאזש אגענט - זיך צו טרעפן מיט די אמעריקאנער און בריטישע אויסצוארבייטן א אפמאך פאר די זיכערהייטדינסט - די דייטשע שפיאנאזש אגענטור - פאר א בזונדערע שלום מיט זיי קעגן די רוסישע. פון איסטאנבול זענען זיי געגאנגען צו סיריע ווי זיי זענען ארעסטירט געווארן, און זענען שפעטער גענומען געווארן קיין קיירא פאר אויספארשונגען. שפעטער האבן זיי ארויסגעלאזט בראנד ער איז געגאנגען קיין ארץ ישראל ווי ער איז געשטארבן אין 1964.
די פאראט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין דעם בוך כחש שרייבט בן העכט אז עס וואלט זיך אויסגעלאז אנדערש ווען נישט די יידישע אגענטור. ער שרייבט אז:
- א יידישע אגאנטור מענטש אהוד אבריאל איז געווארן געשטעלט צו בראנד, דער אבריאל האט אים איבערגרעדט אז ער זאל פארן אויף חאלאב, סיריע, כאטש בראנד האט געוואוסט אז וויבאלד די ענגלענדער הערשען דארט קען זיין מען זאל אים ארעסטירן רעדט ער אים אבריאל איבער אז ער האט אלעס ערלעדיגט אז עס זאל אדורך גיין בשלום. דערווייל זיצען זיי צוזאמען אויפן באן (קומענדיג פון טערקיי) און אבריאל פרובירט אים צו בארואיגען.
- אין אנקארא, טערקיי קומט ארויף אויפן באן יוסף קלארמאן - זאב זשאבאטינסקי'ס אן אנהענגער - און זוכט אויף בראנד און ווארענט אים אז די בריטישע ווארטן אויף אים אין חאלאב און וועלן אים ארעסטירן. און בעט זיך ביי אים נישט צו פארן קיין חאלאב.
- אבריאל זייענדיג א מער אנגעזענער מענטש אין די אויגן פון בראנד, און די פאקט אז אבריאל האט געקענט קלארמאן פון תל אביב זייענדיג א שוויצער פאר די רעכטע זשאבאטינסקי, איבערצייגן בראנד נישט אויסצוהערן קלארמאן.
- ביי די געריכט פון רודאלף קאסטנער האט ער עדות געזאגט אויף די פאראט.
- די איבריגע איז היסטאריע, מען האט אים ארעסטירט אין די מיליאן יידען זענען דערמאדערט געווארן.
- די מעשה האבן די רעכטע אין מדינת ישראל אויפגעברענגט אסאך מאל קעגן די לינקע.