לדלג לתוכן

יאפפעד

פֿון װיקיפּעדיע

יאַפֿפֿעד (און ענגלישYAFFED) (יונגע אַדוואָקאַטן פֿאַר א יושרדיגן חינוך) איז אַן ארגאניזאציע וועלכע באַשטייט פון א גרופּע אקטיוויסטן, נושרים וועלכע זענען אוועקגעפאלן מתוך מחנינו, און האבן זיך גענומען א מיסיע, צו פארוואנדלן אלע מוסדות התורה צו פשוט'ע פובליק שולעס היל"ת. אזוי ווי דאס ניו יארקער געזעץ פארלאנגט.  

יאַפפעד איז געגרינדעט געווארן דורך נפתלי מאסטער, אַ געוועזענער בעלזער חסיד. מאָסטער איז אויפגעוואקסן אין באָראָ פּאַרק, ברוקלין, אין אַ חסידישער משפּחה פון זיבעצן קינדער. ייִדיש איז זייַן מוטער שפּראַך.

די הויפט ציל פון יאפפעד איז אז די קינדער זאלן באקומען אזא חינוך וואס זאל זיי מאכן רייף - און עפענען די קעפ - און זיך באקענען מיט די דרויסענדיגע גוי'אישע אפענע וועלט און קולטור, כדי דאס זאל אים צוברענגן ער זאל זיך אויסמישן און אפלאזן דעם חרדישן לעבענסשטייגער און אליינס קענען אויסוועלן אויב ער וויל זיין א שומר תורה ומצות אדער נישט.. לויט די ארגענעזאציעס פארשטאנד וואס די ניו יארק סטעיט געזעץ איז, לויט די דזשואיש וויק איז פארלאנגט פון פובליק שולעס אוועקצוגעבן 5 שעה פאר בילדונג ווען און די היימישע מוסדות געט מען קוים אוועק 90 מינוט און פאר בחורים העכער 13 איז נישט דא קיין שום וועלטלעכע בילדונג

לויט נפתלי מאסטער, איז יאפפעד'ס סטראַטעגיע "צו מאכן מענטשן פון די חסידישע קאמיונטי ארויסצוקומען און פאָדערן אַ ענדערונג אין דעם יעצטיגע בילדונג סיסטעם, ווי 14יעריגע בחורים פאַרברענגען 14 שעה אַ טאָג אָן לערנען אַ וואָרט פון ענגליש, מאטעמאטיק, וויסנשאפט, היסטאריע אָדער געאגראפיע."

וואו זיי שרייבן גייען זיי דאס אדורכברעכן מיט דריי שפיצן:

  • ארבעטן אויף די גאווערמענט מיטן געזעץ,
  • לייגן דרוק דורך מידיע איינפלוס,
  • טרעפן מענטשן פון אינעווייניג וועלכע זאלן זיין גרייט צו מאכן 'טשעינדזש'.


עס שטייען ריזיגע מולטי מיליאן דאלערדיגע אפיקורס'ישע ארגאניזאציעס, מיט אויסטערלישע איינפלוס אויף רעגירונגס באאמטע און אויף די מידיע, וואס שטופן אונטער די גאנצע שמד אפאראט. אויסצופירן דעם פלאן האבן זיי פאר דעם צוועק אפירגענומען אן אלטן געזעץ, וועלכע זאגט אז אלע קינדער וואס זייערע עלטערן ווילן יוצא זיין די law Education Compulsory - חובת חינוך, מיטן שיקן אין א פריוואטע שולע, דארפן באקומען א 'סאבסטענשאלי עקוויווילענט' חינוך צום פובליק סקול.