טאם קעני

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
Tom Kenny by Gage Skidmore.jpg

טאָמעס דזשיימס "טאָם" קעני (ענגליש: Thomas James "Tom" Kenny, געבוירן 13סטן יולי 1962) איז אן אמעריקאנער אקטיאר, שטימע אקטיאר, קאמיקער, זינגער, שרייבער און קלעזמער. ער איז בעסטנס באקאנט אלס דער שטימע פון ספּאָנדזשבאָב סקווערפּענץ אין "ספּאָנדזשבאָב סקווערפּענץ". ער אויך האט געשפילט די שטימעס פון דער אייז קעניג אין "אוואנטורע צייט", דער בירגערמייסטער אין "די פאווערפאף מיידלעך", און ווילי אינעם "טראַנספֿאָרמערס" פילם סעריע.

קעני איז געבוירן געווארן דעם 13סטן יולי 1962 אין סיראקוז, ניו יארק. ער האט געלערנט ביי דער בישאפ גריימס מיטלשול. קעני האט געהייראט דזשיל טאלי אין 1993, און זיי האבן צוויי קינדער.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: טאָם קעני