ספאנדזשבאב סקווערפענץ

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
SBSP logo.png

ספּאָנדזשבאָב סקווערפּענץ אדער שוואָמבאָב קוואַדראַטהויזן (ענגליש: SpongeBob SquarePants) איז אן אמעריקאנישע אנימירטע טעלעוויזיע סעריע באשאפן דורך סטיוון הילענבורג פאר ניקעלאָדיאָן, וואס האט אנגעהויבן דעם 1טן מיי 1999. דער הויפט כאראקטער איז א ספאָנדזש וואס לעבט אין אן אנאנאס אונטער דעם ים. ער איז א פרעגלען קוכער וואס ארבעט אין א רעסטאראן מיטן נאמען "דער קראַסטי קרעפּס", וואס איז געראטן דורך א קרעפּס מיטן נאמען יודזשין קרעפּס. יודזשין קרעפּס לעבט אין אן אנקער מיט זיין טאכטער פּערל, וואס איז א וואלפיש. די ביידע זענען זייער גיריק און עגאיסטיש, דערפאר באקומט ספּאָנדזשבאָב באבקעס פאר געלט.

ספּאָנדזשבאָב'ס גלעטלינג איז א שנעק מיטן נאמען גערי וואס זאגט כמעט נאר "מיאו". זיין בעסטער פריינד איז א ים-שטערן מיטן נאמען פּעטריק סטאַר. ער איז זייער פשוט און נאריש און האט קיין ארבעט נישט. ער וווינסט אונטער א שטיין אויף דער גלייכער גאס ווי ספּאָנדזשבאָב. צווישן ספּאָנדזשבאָב און פעטריק וווינסט א טינטפיש מיטן נאמען סקווידווארד טענטיקלס. ער איז זייער אויפגעבלאזן און האלט זיך פאר א געבילדעטער חכם כאטש ער ארבעט מיט ספּאָנדזשבאָב ביי "דער קראַסטי קרעפּס" אלס א קאסירער. ער שפילט קלארנעט אבער גארנישט גוט און קיינער וויל אים הערן שפילן, וואס ער טאקע נישט קען פארשטיין. ער מאלט אויך עטלעכע בילדער וואס זענען נישט צו שלעכט.

אן אנדערער כאראקטער איז א ווערווערקע מיטן נאמען סענדי טשיקס, ווער איז א פריינדין פון ספּאָנדזשבאָב. זי קומט פון טעקסאס און איז זייער אינטעליגענט. זי וווינסט אין א גלאס שיסל פול מיט לופט כדי צו אטעמען. דער הויפט בייזער כאראקטער איז פלאנקטאן. ער איז א קליינעס שטיקל פלאנקטאן וואס פירט זיין רעסטאראן "דער טשאַם באַקעט". ער פארזוכט אלעמאל גנבן די פארמעל פאר יודזשין קרעפּס'ס "קראבי פאטי" וואס איז דער הויפט ציע-כוח פון "דער קראַסטי קרעפּס". פלאנקטאן איז באמת זייער אינטעליגענט און האט זיין קאמפיוטער עהפרוי געבויט כדי צו מאכן נאר וואס ער וויל. מיס פּאף איז א בלאזפיש וואס ארבעט אלס א לאטקע-פארן לערערין.