חיים אריה שפיטץ

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
הרב חיים ארי' שפיטץ אין ווילרייק, בעלגיע

הרב חיים אריה שפיטץ איז דער ראש ישיבה אין ישיבת עץ חיים ווילרייק.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

חיים אריה שפיטץ איז געבוירן צו זיין פאטער, הרב משה שפיטץ, פריערדיגער ביסטריצער רב פון ניו יארק.

אלץ בחור האט חיים אריה געלערנט אין לוצערן ביים גאון און פריערדיגן עץ חיים ראש ישיבה הרב יצחק דוב קאפלמאן, ביי וועם ער איז געווען גאר נאנט און האט פון אים פיל מקבל געווען.

ער האט געהייראט די טאכטער פון הרב חיים יוסף דוד ווייס - סאטמארער דיין אין אנטווערפן.

נאך וואס הרב יהודה טרעגער פון אנטווערפן איז קראנק געווארן איז ער געשטעלט געווארן אלץ ראש ישיבה אין ווילרייק.

הרב שפיטץ איז א מחותן מיטן דושינסקיא רבי'ן פון ירושלים, און מיט רבי ישראל ערנסטער, אן אייניקל פונעם וויזשניצער רבי'ן.