יהודה אריה טרעגער
פאך | רב |
---|---|
הרב יהודה אריה טרעגער (ה' כסלו תרצ"ד, 23סטן נאוועמבער 1933 - כ"ד ניסן תשע"ה, 13טן אפריל 2015) איז געווען א רב און ראש ישיבה אין ישראל און בעלגיע, און דער ראש ישיבה פון דער ישיבת עץ חיים אין ווילרייק, לעבן אנטווערפן, בעלגיע. ער איז געווען אן איידעם פון הרב שלמה זלמן אויערבאך.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ער איז געבוירן געווארן אינעם שטעטל לענטשנע, פוילן, צו ר' אברהם זאב טרעגער, אן אמשינאווער חסיד, און א פירער פון דער פועלי אגודת ישראל באוועגונג, און צו זיין ווייב נחמה (פרידמאן). ווען ער איז געווען אלט איין יאר איז זיין משפחה ארויף קיין ארץ ישראל. ער האט געלערנט אין דער עץ חיים חדר און ישיבה, ביי די רבנים שמואל גדליה ניימאן, מרדכי דוד לעווין און שמואל קיבלביץ. אין תש"ט איז ער אריבער לערנען אין דער סלאבאדקער ישיבה אין בני ברק, וואו ער האט געלערנט בחברותא מיט עמרם זאקס וואס איז שפעטער געווארן דערראש ישיבה. אין יענער תקופה איז ער געווארן נאענט צום חזון איש.
אין תשי"ז האט ער געהייראט מרים די טאכטער פון רבי שלמה זלמן אויערבאך. נאך דער חתונה האט ער געוואוינט אין ירושלים און געלערנט אין דעם כולל פון הרב רפאל רייכמאן.
פון תשכ"ב האט ער געדינט אינעם אמט פון ראש ישיבה אין דער "עץ חיים" ישיבה אין ווילרייק, לעבן אנטווערפן, בעלגיע. ער איז געווען דער נשיא פון די יסודי התורה און בית יעקב שולעס פון דער מחזיקי הדת קהילה אין אנטווערפן.
אין זיינע לעצטע יארן האט ער פארלאזט זיין פאסטן אין ווילרייק און איז אריבער וואוינען אין אנטווערפן. ווען ער האט געליטן פון א שווערער קראנקייט איז אריבער אין די פאראייניגטע שטאטן צו ווערן געהיילט, אבער ער איז נפטר געווארן דארט אין מאנהעטן מאנטיק כ"ד ניסן תשע"ה, 13טן אפריל 2015.
זיין ווייב מרים איז נפטר געווארן אין שערי צדק מעדיצין-צענטער י״ט אייר תשע״ז.
משפחה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]זיין זון יצחק טרעגער האט געהייראט שרה חנה, טאכטער פון הרב יעקב פערלאוו, דער נאוואמינסקער רבי אין ניו יארק, און פארזיצער פון דער מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל אין אמעריקע.
זיין טאכטער צביה איז די ווייב פון רב יצחק לארינץ, א זון פון שלמה לארינץ.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ישראל כהן, אנטוורפן החרדית אבלה: הגאון רבי יהודה אריה טרגר זצ"ל, ביי כיכר השבת, 13 באפריל 2015 (אויף העברעיש)