לדלג לתוכן

חיד"א, אין ליווארנא

פֿון װיקיפּעדיע

דער חיד"א האט מחליט געווען ביי איינע פון זיינע נסיעות אז ער פארבלייבט אין ליווארנא.

זיין בלייבן אין ליווארנע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אייגענטליך איז דער חיד"א געווען גוט באקאנט אין אלע פלעצער פון זיינע נסיעות פון פריער, אין יאר ה'תקכ"א איז נפטר געווארן דער רב פון די ספרד'ישע קהילה אין אמסטרדאם ר' יצחק בן דנא די בריטו, שוין דעמאלטס האט די קהילה געוואלט דער חיד"א זאל קומען ווערן רב, די קהילה איז אמסטרדאם איז געווען די חשוב'סע און רייכסטע קהילה פון די ספרדים אין דעם גאנצען געגענט, אבער דער חיד"א האט נישט מסכים געווען ער האט זיי געשריבן אז ער האט א שטארקע אפמאך ביי זיך אז ער וויל נישט זיי א רב אין א קהילה. יאהרן שפעטער שרייבט דער חיד"א אין זיין ספר מעגל טוב (ע' 137) ווען ער איז דארט ארום נאך געלד, האבן נאך די רייכע לייט געהאט א טענה צו איהם היתכן ער האט זיי אפגעזאגט, זיי האבן איהם נישט געגעבן כבוד ווי עס פאסט זיך פאר אזא פערזענדליכקייט.

אין יענער צייט אין יאר ה'תקל"ה זיבן טאג אין חודש חשוון האט דער חיד"א חתונה געהאט מיט זיין ווייב רחל בת משה לוי, זי איז געקומען פין איטאליע פון שטאט פיסה, און עס איז פארשטענדליך אז דערמיט האט דער חיד"א זיך צוגעבונדען מער קיין חוץ לארץ. און איז געפארן קיין ליווארנע.

אין ליווארנע איז דער חיד"א איינגעשטאנען אין דעם הויז פון זיין נאנטן חבר און גוטער פריינד רבי מיכאל פירירא די ליאון. אין יענער צייט האט דער חיד"א געדרוקט זיין מייסטער ווערק אויף שולחן ערוך ברכי יוסף, און אין ליווארנא איז געווען א גרויסער דרוקעריי פון אידישע ספרים איז ער פארבליבן דארט א שטיק צייט. זיין חבר מיכאל פירירא האט אויפגעשטעלט א ישיבה און א בית המדרש לכבוד דעם חשובן גאסט. דער חיד"א דערמאנט אויך אז ער האט געלערנט מיט די חשובע קינדער פון מיכאל יעקב פירירא און גבריאל פירירא. דער חיד"א איז געווען זייער צוגעבונדען צו זיי,און עס איז דא פארשידענע כתבי יד ווי דער חיד"א איז מרמז אויף זיי און דערמאנט ווי ער ארבייט אויף זייערע נשמות און זייערע נפשות אין מעגל טוב עמוד 69 שרייבט והייתי עמהם אור הו' עד הבקר. אויף א פלאץ שרייבט סיפי (סיניאר יעקב פירירא) הוא קרוב לתקון יותר מאחיו וילמוד עמי פחות שעה א' בשבוע והוא יתראה פנים אחר זמן. סיפ קרוב לתיקון ויזהר ליצנות והם מיוחדים בליוורנו. (ספר החיד"א למאיר בניהו ח"ב ע' תקס"ד) סיפי שכל זך אמיתי, חולי קבוע מתפחד ויחלה וינצח לגמרי, אחיו מתכחם ואינו, והיה הולך להתתקן וחזר, סיפי עבר עבירה פירוש לגמרי, אך סיג"פ (סיניאר גבריאל פירירא) פורש וחוזר,. אין פאקט איז אויך אז די צוויי זענען גערעכנט ווי תלמידים פונעם חיד"א ווי עס שטייט אין מפתח אויף זיינע ספרים חומת אנ"ך. און אין צפורן שמיר סי' י"ב שטייט ער דער חיד"א האט געפירט מיט זיי הקפות און געמאכט אין דעם בית המדרש א סדר הקפות מיט תפלות.

ער איז פארבליבן אין ליווארנא, און נישט קיין סאך ארויס פון דארט, אפילו אין ליווארנא איז ער געזעסן אין זיין שטוב און דירעקט נישט קיין סאך ארויס צו עשירים און גרויסע לייט, איינמאל ווען זיין זון ר' רפאל ישעיהו אזולאי האט איהם פארבעטן ער זאל גיין צו א שמחה פון א גרויסער עושר, האט ער איהם צוליב געטוהן, אבער ער שרייבט צו זיין זיהן: פרצתי גדר הפרתי חק, והלכתי אמש בלילה לבקרו בחופת בתו ושם נמצאו מגבירי העיר ונצטערתי, וכו', ובשגם לא הלכתי אנהואנה משונה ביאה זו לכבוד בני ואורי, על כן דבר השייך לי לשמי לא אצא מדלתי ביתי (אגרת רוזענבערג סי' י"ד).

ער פלעגט אמאל פון דארט פאהרן קיין פיסה וואס איז גאנץ נאנט צו ליווארנא, דארט האט געוואונט די משפחה פון זיין ווייב. אויך האט איהם זיין זיהן ר' [ רפאל ישעיהו אזולאי ער זאל קומען איהם באזוכן אין זיין שטאט ווי ער איז געווען רב אנקווה אבער ער איז וויניג געפארן צו איהם ער שרייבט איהם אזוי:

דער חיד"א האט בשום אופן נישט געוואלט ווערן רב אין קיין שום פלאץ, ווי שוין געשריבן אויבן האט ער נישט אנגענומען דאס רבנות אין מצרים נאר צוליב ווייל ער האט נישט געהאט קיין ברירה. אבער דאך האט ער געדינט ווי דער אומאויפציעלער רב אין שטאט, און ביז גאנץ צום סוף ווען מען האט געזאגט אין ליווארנא "דער רב" האט עס געמיינט דער חיד"א. אין די הקדמה פון זיין ספר ברכי יוסף, שרייבער דער ווינער רב מצד הספרדים "לא קבל מימיו שום רבנות".

אין יאר ה'תקמ"ב שרייבט צו איהם זיין חבר ר' יעקב אליישר ער זאל ארויף קומען צוריק קיין ארץ ישראל נעמען דאס רבנות אין שטאט צפת, און זאגט איהם צו אז מען וועט איהם צוהעלפן מיט וואס נאר מעגליך, ער שרייבט אז אויב דער חיד"א וועט אננעמהן דאס רבנות וועט די שטאט ווערן אויפגעלעבט עס וועט ווערן "משוש כל הארץ אשר לא היתה לעולמים ממרן הבית יוסף עד היום" (מזרח ומערב כרך ג' תרפ"ט עמוד 321).

אין יאר ה'תקמ"ה איז נפטר דער רב פון אנקאנא הרב רב' אברהם ישראל, האט די קהילה אין שטאט אנקונה געלאדענט דעם חיד"א אחם חאהר ה'תקמ"ז ער זאל דארט ווערט רב, זיי האבן אים צוגעזאגט אסאך גליק, אבער געטריי צו זיין שיטה האט ער בשום אופן נישט מסכים געווען און איז נישט געווארן דארט קיין רב ווי עס ווערט דערציילט אין ספר מדבר מתנה ח"ב קונטרס מדבר יחיד די"ב. למעשה האט זיי דער חיד"א געגעבן א עצה מען זאל נעמען זיין זון הרב ר' רפאל ישעיהו אזולאי.

אין ליווארנא האבן זיך געוואנדען צו אים אסאך רבנים און דיינים און אנגעפרעגט אסאך שאלות אין הלכה וויאזוי זיך צו פירן, ער האט מסדר געווען תפלות ווי סנסן ליאיר פאר די ניסים וואס די יודן אין ליווארנא האבן מיטגעלבעט אין יאר התק"נ, און אויך יוסף בסדר, און שומר הברית והחסד. דאס זענען אלע סדר תפלות וואס דער תפלה האט אין יענע צייטן געשריבן.

אין ליווארנא האט דער חיד"א אנגעפירט מיט אסאך חבורות און גרופעס בני תורה וואס האבן געלערענט לויט די אנווייזנוגען ווי דער חיד"א פאר זיי האט דער חיד"א מחבר געווען קונטרסים חדשים לבקרים, חברת חק לישראל.


אויך איז ער דארטן געזעסן אין הויז און בית המדרש פונעם עושר אליעזר חי שאלתיאל ריקאנאטי, ער האט זיך באזעצט אין זיין ישיבה. אט אין דער ישיבה האט דער חיד"א אנגהויבן צו זאגן דרשות פיר מאהל א יאר. שבת תשובה, שבת זכור, שבת הגדול, שבת כלה. די דרשות האט ער געזאגט משך פון עטליכע יאר ביז מען האט אים אנגעהויבן מכבד זיין זאגן דרשות אין דעם גרויסן בית המדרש פון ליווארנא, דאס האט ער שפעטער אפגעשריבן אין זיינע ספרים דברים אחדים. אהבת דוד, כסא דוד, רוח חיים.

עס ווערט פארציילט אסאך פון די דרשות פונעם חיד"א, די גאנצע שטאט האט מיט געהאלטן מיט די דרשות, ווען דער חיד"א פלעגט גיין צום גרויסן בית הכנסת איז געווען ליכטיג פאר אידן ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר, עס האבן זיך פארזאמלט הונדערטער טויזענטער אידן, מענער פרויען קינדער, מען איז געשטאנען פון דעם טיר פון זיין הויז ביז צום טיר פון בית המדרש, עס האט איהם געווארט א ריזן ציבור אידן, אין דער חיד"א איז אריבער צווישען זיי, זיין אויסזעהן, זיין הערליכע צורה איז געווען ווי א מלאך ה', עס האבן זיך פארזאמלט אין שוהל אלע איינואונער אידן, און האבן געהערט זיין חכמה זיין מוסר, זיינע גלוסטיגע רייד וואס האט געצויגן הערצער פון יעדן, מענטשן פון גאנץ ליווארנע זענען געקועמן הערן, אין דער נאמען פונעם חיד"א איז געוואקסן נישט בלויז ביי אידן, נאר אויך ביי גוים (אגרת הרב חיד"א הקדמה, ישראל קושטא).