חק לישראל
דער ספר חק לישראל איז א סדר פון דער וואכענדיגער סדרה, עס איז אזוי מסודר אז יעדן טאג פון דער וואך זאל מען לערנען אביסל חומש רש"י, נביאים, כתובים, משנה, גמרא, זוהר. חומש לערנט מען די וואכנדיגע סדרה, זונטיג 6 פסוקים, מאנטיג 4 פסוקים, דינסטיג 5 פסוקים, מיטוואך 6 פסוקים, דאנערשטיג 5 פסוקים, און מען איז משלים די סדרה ליל ששי און פרייטיג. נביאים לערנט מען די הפטרה אויפן זעלבן סדר.
דער רעיון שטאמט פון האר"י הקדוש, זיינע תלמידים האבן געהייסן מען זאל אזוי לערנען יעדן טאג, דער ערשטער בעל מסדר איז געווען ר' יצחק. געדרוקט אין יאר ה'ת"ק אין מצרים.
צום צווייטן מאל האט מען עס געדרוקט אין יאר ה'תקל"ז אין ווענעדיג, צום דריטן מאל אין ליווארנא אין יאר ה'תקמ"ח, דורך דער השפעה פונעם חיד"א וואס איז דאן געווען אין ליווארנא. דער חיד"א האט דאן געשריבן אויפן חק א מבוא און אריינגעלייגט תיקונים.
אין יאר ה'תקנ"ז האט מען עס ווידער געדרוקט אין ליווארנא, דאן האט דער חיד"א מוסיף געווען זיין ווערק וואס ער האט גערופן יוסף לחק.
זייט דאן איז דער חק לישראל געווארן זייער צושפרייט אין אלע שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, נישט בלויז ביי ספרדים נאר אויך ביי אשכנזים ספעציעל ביי חסידים אין פוילן וואו די חסידישע רביים האט שטענדיג געהייסן לערנען חק לישראל יעדן טאג.
יוסף לחק
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]יוסף לחק איז דער נאמען פון די הוספות און תיקונים אויפן סדר פון חק לישראל, אזוי דער חק לישראל איז מסודר מען זאל לערענן אלע טאג פון יאר א שטיקל פרשה פון חומש, דערנאך נ"ך, דערנאך משנה, דערנאך גמרא דערנאך זוהר, איז געקומען דער חיד"א און האט צוגעלייגט דערצו מען זאל אויך לערנען יעדן טאג א שטיקל מוסר פון מוסר ספרים ווי אורחות צדיקים, ספר הישר לרבינו תם, רבינו יונה. און אויך א שטיקל הלכה פסוקה פון רמב"ם און פון שולחן ערוך.
דער סדר צוזאמען מיטן חק לישראל איז געדרוקט געווארן דורך א חבורה אין ליווארנא צום ערשטן מאל אין יאר ה'תקנ"ז.
דער סדר פונעם חיד"א האט צוגעהאלפן אז דער חק לישראל זאל צושפרייט ווערן איבעראל צווישן אלע שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, ספרדים, אשכנזים, פוילן, אונגארין. דורך דעם האבן חבורות אנגעהויבן צו לערנען אין חק, א חק ולא יעבור, מען האט דאס געמאכט פאר א שטענדיגן לימוד, ווייל דורכן לערנען אין חק, קומט אויס אז מען האט יעדן טאג געלערנט חלקים פון דער גאנצער תורה, פון נ"ך, משניות, א. א. וו. נאך אזוי פרי ווי צען יאר נאכן דרוקן דעם יוסף לחק מיטן חק לישראל זענען שוין געווען חבורות וואס האבן דערין עוסק געווען, ווי עס שטייט אין ספר יעקב לחק ליווארנא תקס"ז, מוסר השכל דף ז' ועוד.
דער חיד"א זעלבסט דערמאנט עס אין זיינס א ספר ככר לאדן דקנ"ז כי יש חברה אחת שבכל יום קרוין אגב אסיפא סדר חק לישראל, וגם ביום טוב קורין.
אויך אין אייראפע איז עס געווען געדרוקט אסאך מאל מיטן יוסף לחק, ווי אין ווין ה'תקע"ו, קאפוסט תקע"ו, ראדוויל תקע"ט, זאלקאווא תקפ"ד, סלאוויטא תקפ"ה תקצ"ב, ועוד.