לדלג לתוכן

יעקב אליישר

פֿון װיקיפּעדיע

הרב יעקב אליישר איז געווען א דיין און א שד"ר. ער איז געווען אן אייניקל פון הרב יעקב ווילנא.

א חבר פונעם חיד"א, אבער ער שרייבט זיך אונטער פארן חיד"א "תלמידו הקטן", ער שרייבט אויפן חיד"א "קודש הקדשים עד שבחברון, אין ערוך אליו, הרב המופלא שבסנהדרין, מורי ורבי עטרת ראשי, מרן מלכא (מזרח ומערב ג' עמוד 324).

ער איז מיט אים ארויס געגאנגען דריי מאל קיין חוץ לערץ זאמלען געלט פאר די תלמידי חכמים פון חברון. אין יאר ה'תקי"א, ה'תקכ"ג און ה'תקל"ג. דער חיד"א האט זיך געטענה'ט מיט אים וויאזוי דער וועג זאל זיין צו מען זאל גיין מיט די באדואינער אדער נישט, דער חיד"א שרייבט אויף איהם ודברתי להחכמם רבי יעקב אליישר טובא תוכחתי, ואמרתי לי נהי דבתורה אתה גדול ממני, אך בעניני העולם אינך מכיר כלום (מעגל טוב עמדו 49).

אין יאר ה'תקמ"א האט ער זיך באזעצט אין צפת, און נאך זעקס חדשים האט ער געשריבן בריוו פארן חיד"א ער זאל זיך קומען באזעצן אין צפת, און ווערן דארט דער רב הראשי, ער שרייבט מיט אויסטערלישע יראת הכבוד און מיט גאר גרויסע טיטלען פארן חיד"א.

דער חיד"א זעלבסט שרייבט אים עטליכע תשובות אין זיינע ספרים "לבקשת החכם השלם הדיין המצויין כמוה"ר יעקב אלישר נו"ו (חיים שאל ח"ב סי' ז'). אויך נאך זיין פטירה ברעגנט דער חיד"א פון איהם אין חיים שאל ח"א סי' ק"א און אין פתח עינים ח"ב מס' תמכוה דכ"ח ע"ב).