וויזועלע קונסטן

פֿון װיקיפּעדיע
א געמעל

די וויזועלע קונסטן זענען קונסט פֿארמען וואס זענען בעיקר וויזועל, ווי ארכיטעקטור, דעזיין, ווידעא, מאלעריי, סקולפטור, פאטאגראפיע, פילם-פראדוקציע, צייכענען און קעראמיק. די וויזועלע קונסטן שאפן אביעקטן.

צייכענען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – צייכענען

צייכענען איז א מעטאד פון מאכן א בילד, מיט אן אויסקלייב פון געצייג און טעכניקן. מען צייכנט אויף א מיטל מיט דרוקן א געצייג, למשל בלייערס, א פענע מיט טינט, בערשטלעך, וואקסענע קאלירן און קריידלעך. היינט ניצט מען אויך דיגיטאלישע געצייג וואס מאכן נאך. א קינסטלער וואס זיין פאך איז צייכענען הייסט א צייכענער.

אין אוראלט עגיפטן פלעג מען צייכענען מיט טינט אויף פאפירוס. ווען פאפיר איז געווארן גרינגער צו באקומען אינעם 15טן יארהונדערט, האבן די גרויסע מייסטער געניצט צייכענען פון א קונסט פארעם: באטיטשעלי, ראפאעל, מיקעלאנדזשעלא און לעאנארדא דא ווינטשי.