מאלעריי

מאלעריי איז די קונסט פון אראפמאלן פארב אדער פיגמענט אויף אן אויבערפלאך, צו שאפן א בילד פון א זאך אדערפנים. די אויבערפלאך קען זיין א וואנט, פאפיר, האלץ, גלאז און נאך.
די פראקטיק פון מאלעריי דינט בעיקר אלס א מיטל צו רעפרעזענטירן, דאקומענטירן און אויסדרוקן געדאנקען, געפילן און געשעענישן. אירע צילן און טעמעס זענען גאר פארשידנארטיג, לויט די כוונה פון יעדן מאלער.
מאלעריי קען זיין נאטור-געטריי, ווי א לאנדשאפט אדער פאנאראמע; רעאליסטיש; אבסטראקט; דערציילנדיג א געשיכטע; פאליטיש; אדער באשטימט צו אויפוועקן באזונדערע געפילן ביים באטראכטער.
דורכאויס דעם גרעסטן טייל פון דער היסטאריע האבן אבער מאלערייען זיך אפט באשעפטיגט מיט רעליגיעזע טעמעס, אריינגערעכנט סצענעס פון תנ"ך, פיגורן און סימבאלן פון אמונה און מיטאלאגיע, וועלכע האבן אפגעשפיגלט די רעליגיעזע און קולטורעלע באגריפן פון זייער תקופה. אזעלכע מאלערייען באצירן נאך היינט אסאך בתי מדרשים, בתי כנסיות און אנדערע רעליגיעזע אינסטיטוציעס, וואו זיי דינען צו פארשטארקן דעם רגש פון יראת שמים און צו דערהייבן דעם רוחניות'דיגן אטמאספער.