די אוהאמאס

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

די אוהאַמאַס, ראמאן פון דרום-אפריקע איז א ראמאן איבער די זולוס פין דרום אפריקע געשריבן אויף יודיש דארך פייוול זיגעלבוים און ערשינען אין מדינת ישראל אין יאהר ה'תשל"א דורך דער י.ל. פרץ פארלאג.

דאס ביך אנטהאלט אכט קאפיטלען אין א ס"ה פון 230 זאהטן. עס אנטהאלט אַן הקדמה פין פראפֿעסאר דב סדן און צייכענונגען פינעם מחבר'ס טאכטער אבידע. אויך פארמאהגט עס א בילד פינעם פֿארפּאַסער מיט שלום שווארצבארד און אן עלטערער זולו אין זולולאנד.

דאס ביך באניצט זיך מיט פיל זולישע ווערטער און דערציילט איבער אסאך טראדיציאנעלע זולו מנהגים און אבערגלויבן'ס.

ס'איז א זעלטענער ביך אויף יודיש, וואו מעהרסטנס ערציילונגען באציהען זעך איבער די אור-אלטע צאַטן פון די אבות אין אזיע, דאס לעהבן פין די יודן אין אייראפע אדער שפעהטער אין אמעריקע. אן ארגינעלער בוך וועלכע שילדערט דעהם פּרימיטיהוון אפריקאנעם לעהבנס שטייגער, איז דאכט זעך נישטא קאַן סאַך.

געשטאלטן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • בענעט
  • סאַקאַבולא
  • אַניקי
  • די מומע מאָלי
  • זאן חבר, ריקי
  • קליינער דזשעימס, וועלכער שפיהלט אין בענעט'ס גאסן-קאפעליע
  • טאם גלעלי, דעהר פאבריק-רייניגער וועלכער וויל בענעט פאר זאן איידעם

געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די עהרציילונג דרייט זעך ארים דעהם לעהבן פין דער פאמיליע אוהאמא פין די שווארצע זולו-שבט אין דער צייט פון אפארטהייד. דעהר העלד איז א יונגערמאן מאַסיליבו-אוסינדילע וועלכע איז דער איינציגער וואס בלאַהבט איבער פין זאהן גאנצער משפחה וועלכע וועהרט געטראפן פין א בליץ. ער וועהרט אדאפטיהרט דארך זאהן פעטער און מומע אין שטאָהט און רופט זעך בענעט.

בענעט פארליעבט זיך אין א דערפעריש מיידל, מיטן נאמען סאַקאַבולא, באַ א באזוך אויף א חתונה, כאטש עהר זעלבסט איז שוין א שטאהטישער און אפי' געהאט א לערערין פון מוזיק וואס איז געוועהן פארליעבט אין עהם.

עס וועהרט אויך דערמאנט אין ביך צוויי יודן מר. בעקער א קראָם סוחר בא וועהמען בענעט'ס פעטער און שפעהטער עהר זעלבסט ארבעט, און א שיך אגענט פון יאהאנעסבורג וועלכער קימט צים קראם און שמועסט מיט בענעטן עהם אויסלעהרנענדיג די ליעדער און קולטור פון די שווארצע אין אמעריקע.

וועב לינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]