דזשאן אלבאק
געבורט | 1894 | |
---|---|---|
טויט | 1982 (אלט 88 בערך) | |
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע | |
פאך | פאטאגראף | |
דזשאן אלבאק (ענגליש: John Albok, אונגאריש: Albok János; געב' 1894 מונקאטש - 1982 ניו יארק)[1] איז געווען אן אונגארישער פאָטאָגראף וועלכער האט אימיגרירט קיין די פאראייניגטע שטאטן, און דאקומענטירט גאס-סצענעס אין ניו יארק בשעת דער גרויסער דעפרעסיע און דערנאָכדעם.
לעבנס געשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]יאנַאש אלבאק איז געבוירן אין מונקאטש. ער איז איינגעצויגן געווארן צו דער אונגערישער ארמיי. ער האט אנגעהויבן פאטאגראפירן לעבן אין די שפּיטאָל און טורמע ווו ער האט געארבעט. בשעת דער מלחמה, האט אלבאק'ס טאטע זיך געהרגעט און צוויי פון זיינע שוועסטער זענען געשטארבן פון הונגער.
אין 1921, אלבאק האט זיך געצויגן אין די פאראייניגטע שטאטן. אויף פרנסה, האט ער ערשטנס געארבעט אלס שניידער אין א געשעפט אויף 96 סטריט און מעדיסאן אוועניו. ער האט געדונגען א קליינעם צימער איבער דעם געשעפט, מיט זיין (אונגארישער) ווייב, אילאנא קיס.
אין 1937, אלבאק האט געווינען אַ וואכענטליך פאָטאָ-קאנטעסט געהאלטן דורך דער ניו יארק העראַלד טריבונע, און האט געווינען אויפמערקזאמקייט פון גרייס מאייר, פאָטאָ-קוראטאָר בייַם ניו יארק סיטי מוזיי.
זיין ערשטער סאָלאָ-שוי, Faces of the City, איז געוויזן געווארן אין 1938. אין 1939 האט ער אנטפלעקט זיין אַרבעט אין ענגלאנד.[2]
אַלבאק'ס ווערק ווערט היינט געוויזן אין זאמלונגען אין דעם מוזיי פון ניו יארק, דעם מעטראָפּאָליטאַן קונסט-מוזיי, דעם געטי מוזיי, און פילע אנדערע מוסדות.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ זעט זיין הספד אין די "ניו יארק טיימז": רונאלד סמאת'רז, John Albok: Tailor-Photographer, יאנואר 13 1982
- ↑ און דארט, אין ליווערפול, ער האט געזעהן, און האט פאטאגראפירט, א אינג אידיש מיידל (בבא עלעפאנט) וואס איז געפאלן שלאָפנדיק אויף א טשעמאָדאַן. דאס "פֿאָטאָ פֿון א פליט" איז געווען געדרוקט אין צייטונגען אין ענגלאנד און אויך ייִדישע צייטונגען אין אמעריקע. זעט: דוויורע (דבורה) טאראנט, "קינדער וואס רייצן זיך" , היים און דערציאונג, ניו יארק, 1939, בלאט 13.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ביאגראפיע פון דזשאן אלבאק (אויף ענגליש) (ארכיווירט 16.05.2019 ביי דער Wayback Machine)
- גאלעריע פון זיינע ווערק (ארכיווירט 17.12.2017 ביי דער Wayback Machine)