דוד שלוש

פֿון װיקיפּעדיע
דוד שלוש
געבורט 1 יאנואר 1920
תר״ף
מאראקא רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 8 יוני 2016 (אלט 96)
ב' סיון תשע"ו רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט הר המנוחות רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב דוד חיים שלוש (תר״ף -ב' סיון תשע"ו1920 - 8טן יוני 2016) איז געווען דער ספרדישער הויפט רב פון נתניה, אגרויסע תלמיד חכם ועובד השם און דער מחבר פון א סך ספרים אין הלכה און אויף תנ"ך.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

הרב שלוש איז געבוירן געווארן אין דער אלטשטאט פון ירושלים צו זיין פאטער הרב יוסף יצחק שלוש וואס איז געווען רב פון דער מערבים געמיינדע אין ירושלים און זיין מוטער רביצין סעדה. זיין יונגערער ברודער איז הרב אברהם שלוש, רב פון כפר סבא. ער האט געלערנט אין דער פורת יוסף ישיבה ביי הרב עזרא עטיה, צוזאמען מיט די רבנים עובדיה יוסף, ציון לוי, חיים דוד הלוי (שפעטער געווארן זיין מחותן)‏[1] און רבי בן ציון אבא שאול.

ער האט געהייראט דינה, טאכטער פון הרב מאיר וואקנין אב"ד טבריה. אין די תש״ך יארן האט דער ראשון לציון הרב בן ציון מאיר חי עוזיאל אים געשיקט צו דינען ווי הויפט רב פון נתניה, און ער האט געהאלטן די שטעלע ביז זיין פטירה. אין יאר תשמ"ג האט מען אים געוויילט צו דינען אלס מיטגליד אין דער מועצת הרבנות הראשית לישראל.

הרב שלוש איז געווען רב פון דער  "זכור לדוד" שול (אויפן נאמען פון זיין זיידן, וואס איז געווען ראש ישיבה אין מאראקעש אין מאראקא), אין דעם משכנות זבולון געגנט פון נתניה.

זיין זון הרב יהודה שלוש דינט אלס רב פון משכנות זבולון אין נתניה.

זיין זון הרב יוסף יצחק שלוש דינט אלס א געגנט רב אין פתח תקוה.

אלע ספרים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • בני עמי, ירושלים, 1977
  • שו"ת חמדה גנוזה, חלק א' (ירושלים, תשל"ו-תש"ס)
  • שו"ת חמדה גנוזה כרך ב' (כולל שו"ת בהלכות השייכות לאורח חיים ומחקר מקיף אודות רקע תכלת של ציצית, הפעלת חשמל בשבת וביום טוב, זמן בין השמשות, והכלל של "ספק ברכות להקל")
  • שו"ת חמדה גנוזה ג' ("כולל שו"ת בהלכות רובן שייכות לשולחן ערוך חלק יורה דעה ומחקר מקיף אודות: שנת השמיטה ומנהג המכירה הנהוג בדור הזה, השתלת איברים וקביעת רגע המוות, י"א יום שבין נדה לנדה, ביאור הסוגיות בנדון דעת הרמב"ם: ישוב כל הקושיות עליו, וקושיות על החולקין עליו")
  • הספר נדחי ישראל יכנס (תשמ"ח) (על "יהודי חבש (אתיופיה) המכונים פלשים"
  • הספר איילת השחר על מגילת אסתר
  • פירוש אור חדש על התורה
  • פירוש מכתם לדוד על תהילים
  • מחזור מכתם לדוד לראש השנה ויום כיפור.
  • פירוש לסליחות
  • קונטרס שמירת שביעית כהלכתה
  • שושנים לדוד (דרשות למועדי השנה וימים נוראים, ולימי שמחה).
  • הספר "משכיל לדוד" (פירוש למסכת אבות, פירוש לאגדות חז"ל, והספדים מיוחדים).

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. גילה אמיתי, "אאמו"ר הרב חיים דוד הלוי זצ"ל", בתוך: יהדות של חיים בעריכת צבי זוהר ואבי שגיא, עמ' 387. ירושלים: מכון שלום הרטמן, פאקולטעט פון געזעצן בר-אילן אוניווערסיטעט, כתר ספרים, 2007, ISBN 965071538X‏.