לדלג לתוכן

דאמיניקאנישע רעפובליק

פֿון װיקיפּעדיע
דאמיניקאנישע רעפובליק
República Dominicana
פאן דאמיניקאנישע רעפובליק
פאן דאמיניקאנישע רעפובליק
סימבאָל דאמיניקאנישע רעפובליק
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד: דאמיניקאנישע זינגליד
אָרט פֿון דאמיניקאנישע רעפובליק
אָרט פֿון דאמיניקאנישע רעפובליק
קאָנטינענט אמעריקע
אָפֿיציעלע שפּראַך שפאניש
הויפּטשטאָט סאנטא דאמינגא
גרעסטע שטאָט סאנטא דאמינגא
רעגירונג דעמאקראטיע מיט א פרעזידענט
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
לאונל פרננדס
גרינדונג דאַטום
פון האיטי 27סטן פעברואר 1844
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
48,730 קוואַדראַט ק"מ
[[ליסטע פון לענדער לויט שטח|128 אין דער וועלט]]
1.6%
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

8,950,034
85 אין דער וועלט
183 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע 63,594 מיליאן $ (69סט)
וואַלוטע דאמיניקאנישער פעסא (DOP)
צײַט זאָנע UTC - 4
אינטערנעט דאָמען do.
טעלעפֿאָן קאָד 1-809+

די דאמיניקאנישע רעפובליק (שפּאַניש: República Dominicana) איז א לאנד ווו מען רעד שפאניש, וואס געפינט זיך אין דער מזרח טייל פון דעם אינדזל היספאניאלא אין די גרויסע אנטילן צווישן די מערב אינדישע אינזלען. זי האלט אומגעפער צוויי דריטל פון דעם אינזל'ס שטח (אין דער מערב טייל איז האיטי). רוב פונעם לאנד איז בערג, וואס דערגרייכן א הייך פון מער ווי 3,000 מעטער, די בערג זענען באדעקט מיט געדעכטע וועלדער. די באפעלקערונג וואוינט גאנץ ענק אין די טאלן. דער קלימאט איז טראפיש און א היץ הערשט א גאנץ יאר.

זי איז געווען די איינציגע פון 32 לענדער וואס האבן אטייל גענומען אין דער עוויאן קאנפערענץ וואס האט מסכים געווען אריינצונעמען בערך 100 טויזנט יידישע פליטים פון דייטשלאנד. ביז צום היינטיגן טאג האלט זי א פרא-ישראל פאליטיק.