גל פז

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

גל פז איז פון די גרעסטע פירמעס וואס פארשפרייטן אידישע מוזיק. זי איז הויפט קווארטירט אין ישראל מיט געשעפטן אין אסאך אידישע לאקאלן איבער דער גארער וועלט.

גל פז איז געגרינדעט געווארען פאר עטליכע צענדליגער יארן צוריק דורך חיים זילבער און דוד ווערדיגער. זיי האבן אנגעהויבן די געשעפט מיט פארשפרייטן אלבאמען פון מרדכי ווערדיגער, היינט ווערט זי געפירט דורך די קינדער פון חיים זילבער, הלל און יהודה, זיי זענען פון די גרעסטע אין דעם מארק.

גל פז איז די ארויסגעבער פון אסאך היימישע אלבאמען ווי די פון מרדכי בן דוד, אברהם פריעד, יעקב שוועקי, משה לאופער און אוף שימחעס

גל פז האט געשעפטן אין אסאך הויפט שטעט וואו עס וואוינען היימישע אידן, ירושלים, בני ברק, חיפה, בית שמש, פאריז און בארא פארק. אין די ח'רדי'שע וויליאמסבורג וואס ווערט אין מערסטנטייל קאנטראלירט דורך סאטמארע חסידים האט מען ארויס געצווינגען די אפטיילונג פון גל פז צוליב וואס זיי פארקויפן אויך קאסעטן וואס קומען נישט אריין אין פרומע שטובער