בצלאל ראקאוו
געבורט |
15 מאי 1927 י"ג אייר ה'תרפ"ז | |
---|---|---|
טויט |
20 יולי 2003 (אלט 76) כ' תמוז, ה'תשס"ג גייטסהעד, פאראייניגטע קעניגרייך | |
קבורה ארט | הר המנוחות | |
מדינה | שווייץ | |
הרב בצלאל ראַקאוו (י"ג אייר ה'תרפ"ז – כ' תמוז, ה'תשס"ג) איז געווען דער שטאטס רב אין גייטסהעד. ער איז געווען איינער פון די פירער פון אגודת ישראל אין גרויסבריטאניע.
הרב ראקאוו איז געבוירן געווארן אין פראנקפורט, דייטשלאנד אין א רבנישער משפחה, אן אייניקל פון הרב יום טוב ליפמאן העלער, דער "תוספות יום טוב". זיין פאטער, רבי יום טוב ליפמאן ראקאוו, איז געווען א תלמיד פון דער וואלאזשינער ישיבה און א ראש ישיבה אין פראנקפורט. אין תרצ"ט, מיט די רדיפות פון יידן אין דייטשלאנד, האט ער מיט זיינע טאטע־מאמע און זיין ברודער בנציון באקומען אזילרעכט אין ענגלאנד, און זיי האבן זיך באזעצט אין לאנדאן.
ביי די 18 יאר האט מען אים אריינגענומען אין גייטסהעד כולל, וואו מ'האט געהאלטן פון אים ווי א חשובער תלמיד חכם, און ער האט באקומען היתר הוראה. אין תש"ח האט ער חתונה געהאט מיט מרים, טאכטער פון הרב נפתלי שאקאוויצקי, דער גייטסהעדער רב. דאס פארפאלק האט זיך געצויגן קיין מאנטרע, שווייץ, וואו ער איז געווארן א מגיד שיעור אין דער ישיבה. נאך זיין שווער'ס פטירה אין תשכ"ד האט די גייטסהעדער קהילה גערופן אים אויפנעמען זיין שווער'ס אמט. דארט אין גייטסהעד איז ער געווארן פון די מנהיגים פון דעם ציבור.
נאך זיין פטירה אין תשס"ג האט מען אים געפירט צו קבורה אין הר המנוחות.
פֿריערדיגער: הרב נפתלי שאקאוויצקי |
אב"ד גייטסהעד תשכ"ד - תשס"ג |
נאָכפֿאלגער: הרב שרגא פייוול זימערמאן |