בערעלע
מראה
בערעלע איז א יודיש קינדער בוך געשריבן דורך נחום כאַנין און ארויסגעגעבן דורכן פארלאג קינדער-רינג ביי בילדונגס-קאמיטעט פון דעם ארבעטער רינג אין יאר 1938 אין ניו יארק.
עס איז געדרוקט ביים טשעלסי יוניאן דרוקעריי. די אכט-און-פערציג צייכענונגען זענען געמאָלן דורך נאטע קאזלאווסקי.
דאס בוך אנטהאלט 128 זייטן.
עס איז איבערגעזעצט געווארן אויף העברעאיש דורך שלמה שנהוד, און ערשינען דורך הוצאת י"ל פרץ אין תל אביב אין יאר 1960.
געשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]א מעשה פון אן ארעם יינגל אין א שטעטל אין רוסלאנד, א זון פון א שוסטער וואס איז אויסגעוואקסן א קעמפער פארן בונד און פאר בירגער-גלייכרעכטיגקייט קעיגן צאריזם.
כאראקטערן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- לייבל דער שלאָסער
- קאַטיע
- מומע כאַשע