בארבאדאס
באַרבאַדאס Barbados | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: | |||||
קאָנטינענט | צפון אמעריקע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | ענגליש | ||||
הויפּטשטאָט | ברידזשטאן 13°06′N 59°37′W / 13.100°N 59.617°W | ||||
רעגירונג | פארלאמענטארע דעמאקראטיע | ||||
מאנארך פּרעמיער מיניסטער |
עליזאבעט די צווייטע פרוינדל סטוארט | ||||
אומאפהענגיקייט - פונעם פאראייניגטן קעניגרייך |
30סטן נאוועמבער 1966 | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
439 קוואַדראַט ק"מ 200טער נישטיק | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
277,821 2010 660 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $7.053 ביליאן (161סט) | ||||
וואַלוטע | BBD בארבאדיאנישער דאלאר | ||||
צײַט זאָנע | UTC-4 | ||||
אינטערנעט דאָמען | bb. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 1-246+ |
באַרבאַדאס (ענגליש: "Barbados") איז א סואווערענער אינזל לאנד אין די קליינע אנטילן, ער איז לאנג 34 ק"מ און ברייט ביז 23 ק"מ, מיט א שטח פון 432 קוואדראט ק"מ. ער געפינט זיך אין דער מערב זייט פונעם צפון אטלאנטישן אקעאן, 100 ק"מ מזרח פון די איבערן-ווינט אינזלען און דעם קאראאיבישן ים; און בערך 400 ק"מ צפון־מזרח פון טרינידאד און טאבאגא.
בארבאדאס איז א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער, דער קאמאנוועלט און די וועלט האנדל ארגאניזאציע.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אן ענגלישע שיף איז אנגעקומען אין בארבאדאס אין 1625, און די מאנשאפט האט תובע געווען דעם אינזל אינעם נאמען פונעם מלך דזשיימס דער ערשטער. אין 1627 זענען די ערשטע סטאבילע קאלאניסטן געקומען פון ענגלאנד און ער איז געווארן א בריטישע קאלאניע.
אין 1966 איז בארבאדאס געווארן אומאפהענגיק, מיט דער מלכה עליזאבעט די צווייטע פאר ראש מלוכה.
ער האט א באפעלקערונג פון 277,821 מענטשן, מערסטן פון אפריקאנישן אפשטאם.
עקאנאמיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]בארבאדאס האט א גוט אנטוויקלטע געמישטע עקאנאמיע. די היסטארישע עקאנאמיע פון בארבאדאס איז געבויט געווארן אויף צוקערראר, אבער זייט די 1980ער יארן איז מען עוסק אין די פאבריקאציע און טוריזם סעקטארן.
דעמאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]יידן זענען געקומען קיין בארבאדאס קורץ נאך די ערשטע קאלאניסטן אין 1627. אין ברידזשטאן געפינט זיך די נדחי ישראל שול, די עלטסטע שול אין די אמעריקעס, ערשט געבויט אין 1654. די מצבות אין דעם בית החיים גייען צוריק צו די 1630ער יארן.