באקא-דזשאט
|
באַקאַ-דזשאַט (אַראַביש: باقة جت) איז אַ שטאָט אין דעם חיפֿה דיסטריקט אין ישראל. עס נעמט איין די שטאָט באַקאַ אל-גארביא און ד לאקאלע ראַט דזשאט וואס זענען פאראייניקט געווארן אין 2003
אין יולי 2010 האט די כנסת באשלאסן צו אנולירן די פאראייניקונג, וואס וועט אַרייַן אין קראַפט אום 1טן נאוועמבער 2010.
באקא אל גארביא
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]באַקאַ אל-גאַרביאַ (אַראַביש: باقة الغربية, טייַטש פון דעם נאָמען "מערב באַקאַ") איז געווארן אַ שטאָט אין 1996 און פאראייניקט מיט דער לאקאלער ראַט דזשאַט אין 2003. באַקאַ איז איינער פון דרייַ פאלעסטינער דערפער וואס זענען צעטיילט אין צוויי אין 1949, מיט דער באַשטימונג פון דער גרינע ליניע נאָך דער אומאפהענגיקייט מלחמה: באַקאַ אל-גאַרביאַ (מערב באַקאַ ) איז די טייל אויף דער ישראל זייַט פון דער גרענעץ און באַקאַ אל שאַרקייאַ (מזרח באַקאַ) איז דער טייל וואס איז אויף דער יארדענישער זייַט פון דער גרענעץ. אין די יארן פונעם בריטישן מאַנדאַט איז באַקאַ געווען ייִשובֿ אין טולקאַרם דיסטריקט.
באַקאַ איז דער שטאָטישער צענטער פֿאַר די ארומיקע דערפער, און האט געזונט און בילדונג אינסטיטוציעס. באַקאַ איינוואוינער האבן פרנסה פון אינדוסטריע און א ביסל פון לאנדווירטשאפט, און רובֿ פום די אייוואוינער אַרבעטן אין אַרומיקע געביטן אָדער אונטערנעמונגען אין תל אביב, חיפֿה, דן און שרון.
דזשאט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דאס דאָרף דזשאַט (אַראַביש: جت) איז פלאצירט אויף אַ בערגל לעבן דער גרינע ליניע, דרום פון באַקאַ אל-גארביא. די עלטער מענטשן אין דאָרף דערציילן אז דאס דאָרף איז געגרינדעט דורך פינף ברידער, פון יעדן ברודער איז געווארן א משפּחה.
אסאך פון די דזשאַט איינוואוינער פארדינען זייער פרנסה פון הייטעק. א הויכער פראצענט פון די איינוואוינער האבן דיפלאמען פון קאלעגעס, און די עקאנאמישע לאגע איז פארהעלטענימעסיג גוט קעגן דער אַראַבישער באַפעלקערונג אין דער מדינה.
באפעלקערונג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]לויט צו דעם צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק ווי פון יוני 2010, האט באַקאַ-דזשאַט 34,700 באוווינער. די באַפעלקערונג וואקסט מיט אַ יערלעכן וווּקס פון 2.4%.
קאארדינאטן: 32°24′42.84″N 35°2′17.05″E / 32.4119000°N 35.0380694°E
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- באַקאַ-דזשאַט מוניציפּאַליטעט (ארכיווירט 03.08.2010 ביי דער Wayback Machine)
אום על פאכעם | אופקים | אור יהודה | אור עקיבא | אילת | אלעד | אריאל | אשדוד | אשקלון | באקא-דזשאט | באר יעקב | באר שבע | בית שאן | בית שמש | ביתר עילית | בני ברק | בת ים | גבעת שמואל | גבעתיים | דימונה | דלית אל כרמל | הוד השרון | הרצליה | חדרה | חולון | חיפה | טבריה | טייבה | טירא | טירת כרמל | טמרה | יבנה | יהוד-מונוסון | יקנעם עילית | ירושלים | כפר יונה | כפר סבא | כפר קאסם | כרמיאל | לוד | מגדל העמק | מודיעין | מודיעין עילית | מעלה אדומים | מעלות-תרשיחא | נהריה | נוף הגליל | נס ציונה | נצרת | נשר | נתיבות | נתניה | סחנין | עיר הכרמל | עכו | עפולה | ערד | פתח תקוה | צפת | קאלאנסאווע | קרית אונו | קרית אתא | קרית ביאליק | קרית גת | קרית ים | קרית מוצקין | קרית מלאכי | קרית שמונה | ראש העין | ראשון לציון | רהט | רחובות | רמלה | רמת גן | רמת השרון | רעננה | שגור | שדרות | שפרעם | תל אביב-יפו |