אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שלום לאנדא"
טאַגן: צוריקגעשטעלט מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג |
טאַגן: צוריקגעשטעלט מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג |
||
שורה 26: | שורה 26: | ||
==תלמידים== |
==תלמידים== |
||
ער האלט זיך גאר נאנט מיט זיינע תלמידים און שיקט פון מאל צו מאל אפילו מתנות, [[פסח]] [[תשפ"ג לפ"ק]] האט ער געשיקט פאר אלע זיינע יוצאים א [[הגדה של פסח]] אידיש טייטש געמאכט דורך די מכון פון זיין ברידער [[יואל לאנדא]]. |
|||
==נאך איבער זיין קאריערע== |
==נאך איבער זיין קאריערע== |
רעוויזיע ביי 07:43, 19 יוני 2023
באלאנג | יאמפאלא ריבניץ |
---|---|
אמטן | ראש ישיבת עמודי דגירסא ריבניץ |
זיינע רביס | רבי משה מנחם טירנויער |
חיבורים | א גליון וואס פלעגט ערשיינען וועכנטליך |
הרב שלום לאנדא איז א דיין אין וויליאמסבורג און ער פירט אויך א ישיבה.
ער איז א זון פון רבי יוסף דוב לאנדא, רב פון ביהמ"ד משכנות אברהם אין קרית יואל, און א ברודער פון רבי משה לאנדא, רב פון ביהמ"ד יאמפאלע אין וויליאמסבורג, און א ברודער פון הנגיד והטפסר רבי יואל לאנדא.
ער פירט אן א אייגענע ישיבה פאר בערך 100 עלטערע בחורים מיטן נאמען מתיבתא עמודי דגירסא און א כולל מגן אברהם פון א זעכציג זיבעציג גוטע חו״מ לומדים, ער האט שוין מעמיד געווען איבער 800 תלמידים וואס האלטן אן מיט אים גאר א נאנטן קשר.
ישיבה
זייענדיג א תלמיד פון הגאון רבי משה מנחם טירנויער וואס מען פלעגט רופן אין ישיבה דיין, האט ער אדאפטירט דעם נאמען "דיין" אין ישיבה, אנשטאט "ראש ישיבה",
חודש תשרי תשע"ז האט ער געעפנט די ישיבה עמודי דגירסא ריבניץ[1] פאר עלטערע בחורים פון קווינס ישיבה. היינט צוטאגס האט ער בחורים פון סאטמאר ישיבה גדולה אין קווינס און פון מתיבתא קרית יואל, די ישיבה איז היינט בערך 45 בחורים.
ער איז באקאנט מיט זיין קענטעניס אין תורת הנפש, אזוי אויך אינעם פעלד פון שלום בית און מען זאגט אז ער האט שוין ארויס געהאלפן צענדליגע אינגעלייט בעת צר, אזוי אויך זאגן זיינע נאנטע אז ער איז בקי אין חכמת הפרצוף, אויך קוקט ער הענט, און פאר יעדע שידוך אין ישיבה איז מען זיך מייעץ מיט אים.
טיילונג פון זיין ישיבה
רבי שלום האט די כוחות פון א מנהיג דגול, אבער נוצט דאס צו ארויפברענגן יעדן׳ס בחור כישרונות, מהר אל העם מיט א געוואלדיגע געטריישאפט, יעדער בחור שפירט זיך באקוועם צו אריינגיין בקודש פנימה און דורכשמועסן כל העולה על רוחו, און די בחורים זענען אויסער התפעלות פון זיין מומחיות צו דערגיין אלע ענינים ביזן שורש פונעם ענין וכו׳.
תלמידים
ער האלט זיך גאר נאנט מיט זיינע תלמידים און שיקט פון מאל צו מאל אפילו מתנות, פסח תשפ"ג לפ"ק האט ער געשיקט פאר אלע זיינע יוצאים א הגדה של פסח אידיש טייטש געמאכט דורך די מכון פון זיין ברידער יואל לאנדא.
נאך איבער זיין קאריערע
רבי שלום איז א מענטש וואס האט שוין עוסק געווען אין מערערע פעלדער דורכאויס זיין קאריערע; צווישן זיי האט ער אנגעפירט א רעסטאראן.
אזוי אויך האט ער געפירט א בית דין שטיבל מיטן נאמען לדון ולהורות ווי ער האט געדינט אלץ ראב"ד, אבער נאך א קורצע צייט האט זיך דאס פארמאכט.
אזוי אויך ווערט ער קרעדיטירט פארן ערפינדען די קלינגער ביי גראסערי רעכענער,
ער פלעגט אויך ארויסקומען וועכנטליך מיט א גליון וואס פלעגט זיין א חושן משפט מעשה מיט הלכות,
און נאך פיל ערפינדונגען און תחומים וואס ער האט שוין געטוהן דערינען.
וועבלינקען
- אריה ערליך, "משפט טאָג: ווען דער סוקסעספולער אַנטראַפּראַנער ר' שלום לאנדא איז געווארן געראטן צו פאַרלאָזן די ביזנעס וועלט און ווערן אַ דיין אַנשטאָט, האט ער אנגענומען דעם טשאלענדזש, משפחה מאגאזין
- ר' שלום לאנדא ביי דינער פון בוני עולם
- ר שלום לאנדא מיט ראחמעסטיווקא רבי תשע"ב
ר' שלום לאנדא פורים [1]