אשר אנשיל קרויז

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ר' אשר אנשיל קרויז איז דער ראצפערטער רב פון וויליאמסבורג, ניו יארק.

ער איז א זון פון הרב שמואל דוד קרויז און א ברודער מיט ר' שלום קרויז, דער אודווארער רב.

ער האט געוואוינט אין ארגענטינע נאך דער צווייטער וועלט מלחמה און דערנאך זיך באזעצט אין וויליאמסבורג. ער פלעגט דרוקן ספרים ווי דעם קרבן אשר סידור און נאך. ער האט ארויס געגעבן פארשידענע צייטונגען ווי "תורה און סחורה", "ביזנעס וועלט" און נאך.

ער האט געוואלט מאכן אן עירוב אין וויליאמסבורג אבער ער האט עס נישט געקענט אויספירן למעשה צוליב אן עולם וואס האט זיך קעגן געשטעלט.

ֿ