אליעזר
מראה
(אַריבערגעפֿירט פון אליעזר (עבד אברהם))
- דער ארטיקל דיסקוטירט אליעזר אין תנ"ך. טאמער זוכט איר דעם תנא רבי אליעזר, זעט אליעזר בן הורקנוס.
אליעזר איז דער נאמען פון דריי מענטשן אין תנ"ך.
אליעזר עבד אברהם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ער איז געווען דער קנעכט פון אברהם אבינו. ביי דער מלחמה מיט די פיר מלכים שטייט[1] אז אברהם האט מיטגענומען 318 מענטשן; חז"ל זאגן אז דאס איז געווען אליעזר, וואס די גימטריא פון זיין נאמען איז 318. תרגום יונתן רופט אים אליעזר דער זון פון נמרוד.
אברהם האט אים געשיקט אויסזוכן א כלה פאר יצחק. חז"ל זאגן אז ער הייסט "דמשק אליעזר" ווייל ער איז דולה ומשקה מתורת רבו לאחרים.
אליעזר בן משה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער צווייטער זון פון משה רבנו און צפורה האט געהייסן אליעזר.
דער נביא אליעזר
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין מלכים ווערט דערמאנט דער נביא אליעזר וואס האט געזאגט א נבואה קעגן דעם מלך יהושפט.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ בראשית יד יד
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
אליעזר