אליעזר
- דער ארטיקל דיסקוטירט אליעזר אין תנ"ך. טאמער זוכט איר דעם תנא רבי אליעזר, זעט אליעזר בן הורקנוס.
אליעזר איז דער נאמען פון דריי מענטשן אין תנ"ך.
אליעזר עבד אברהם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
ער איז געווען דער קנעכט פון אברהם אבינו. ביי דער מלחמה מיט די פיר מלכים שטייט[1] אז אברהם האט מיטגענומען 318 מענטשן; חז"ל זאגן אז דאס איז געווען אליעזר, וואס די גימטריא פון זיין נאמען איז 318. תרגום יונתן רופט אים אליעזר דער זון פון נמרוד.
אברהם האט אים געשיקט אויסזוכן א כלה פאר יצחק. חז"ל זאגן אז ער הייסט "דמשק אליעזר" ווייל ער איז דולה ומשקה מתורת רבו לאחרים.
אליעזר בן משה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער צווייטער זון פון משה רבנו און צפורה האט געהייסן אליעזר.
דער נביא אליעזר[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
אין מלכים ווערט דערמאנט דער נביא אליעזר וואס האט געזאגט א נבואה קעגן דעם מלך יהושפט.
רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
- ↑ בראשית יד יד
וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
אליעזר