נמרוד
מראה
נמרוד איז געווען א מלך אין בבל אין די גאָר אַלטע צייטן פון תנ"ך (בראשית י'); דאָרט װערט דערציילט וועגן אים, אַז מען האָט אים גערופן "גבור ציד לפני ה' " (אַ העלד, יעגער פאַר גאָט); דער זין דערפון איז ניט קלאָר. אין דער גמרא און מדרש (פסחים קי"ח, מדרש בראשית רבה מ"ד) ווערן דערציילט די אַגדות, אַז נמרד האָט אַרײנגעװאָרפן אברהם אבינו אין ברענענדן קאַלעכאויוון דערפאַר װאָס ער האָט ניט געװאָלט דינען אָפּגעטער; אין מיכה ה' װערט אשור אָנגערופן "ארץ נמרוד".
קוואלן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַרײַן דעם טעקסט װאָס געפֿינט זיך אונטערן זוכװאָרט „נמרוד” אין דער ייִדישער פֿאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (באַנד 2) (1949), וואָס איז הײַנט אינעם רשות־הרבים.