אליטע

פֿון װיקיפּעדיע
אַליטע
Alytus
אליטע פון דער לופט
מדינה / טעריטאָריע ליטע
גרינדונג דאַטע 1377
קאָאָרדינאַטן 54°24′N 24°3′E / 54.400°N 24.050°E / 54.400; 24.050קאארדינאטן: 54°24′N 24°3′E / 54.400°N 24.050°E / 54.400; 24.050
דיסטריקט אליטע
שטח 45 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאָט

74,563‏  (שטייענדיג 2009)
צײַט זאָנע UTC+2
www.alytus.lt

אַליטע (ליטוויש: Alytus, פויליש: Olita, רוסיש: Олита, בעלארוסיש: Алітаדייטש: Aliten) איז די הויפטשטאט פון אליטער דיסטריקט אין דרום ליטע, אויף די ברעגן פונעם טייך נעמאן און אויף די הויפט שאסייען קיין ווילנע, קאוונע אין בעלארוס. די שטאט געפינט זיך 50 ק״מ דרום פון קאוונע.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אינעם 14טן יארהונדערט איז געווען אויפן ארט א שלאס וואו מענטשן פון דער טעווטאנישער ליגע האבן געהיט דעם גרענעץ פון ליטע. אין יאר 1581 האט אליטע באקומען מאגדעבורג רעכטן פון דעם גרויסהערצאג פון ליטע, סטעפאן באטארי. אין אנדענק האט מען איינגעפירט אין דער שטאט א פייערטאג, "אליטע טאג".

ביי דער דריטער טיילונג פון פוילן אין 1795, איז די שטאט צעטיילט געווארן צווישן דער  רוסלענדישער אימפעריע און דעם קעניגרייך פון פרייסן. נאך דער אינוואזיע פון נאפאלעאן און דעם טילזיט שלום, איז די מערב זייט פון דער שטאט געקומען אונטערן פוילישן קעניגרייך, אונטער רוסלאנד. נאך דער קאנגרעס פון ווין האט די גאנצע שטאט געקערט צו פוילן. נאך דער 1863 רעוואלוציע, ווען ס׳איז דורכגעפאלן דער פרואוו פון קאנגרעס פוילן צו ווערן אומאפהענגיק, איז געווארן אפגעשוואכט די אויטאנאמיע פון פוילן, אבער די צוויי טיילן פון דער שטאט זענען געבליבן ווייטער אונטער צוויי הערשאפטן.

אין 1939, האבן די סאוועטן איינגענומען מזרח פוילן. אין זומער 1941 האבן די דייטשן איינגענומען די שטאט. אין די ארומיגע וועלדער האבן די דייטשן דערמארדעט 60,000 מענטשן, רוב פון זיי יידן.

יידן אין אליטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פארענט פון דער שטאטישער שול אין  אליטע

אין 1900 האבן געוואוינט 1234 יידן אין אליטע.‏[1]

באקאנטע מענטשן פון אליטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

שטאטס-רבנים פון אליטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אנדערע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

צווילינג שטעט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אליטע האט די צווילינג שטעט:

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: אליטע

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. "אליטע", ביי "JewishGen" (אויף ענגליש)
  2. a b רשימה פון ליטווישע רבנים וואס זענען אומגעקומען ביי דער חורבן אייראפע
  3. Miasta Partnerskie Opola (Polish). Urzad Miasta Opola. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 2013-08-01. דערגרייכט דעם 2013-08-01.