אילן רמון

פֿון װיקיפּעדיע
אילן רמון
געבורט 20 יוני 1954
רמת גן, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1 פעברואר 2003 (אלט 48)
טעקסעס, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך אסטראנויט, פילאט, מיליטער-מענטש, אפיציער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
בן/בת זוג רונה רמון רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

אילן רמון (אילאַן ראַמאָן; געבוירן מיטן נאמען אילן וואָלפֿערמאַן; 20סטן יוני 1954 - 1טן פעברואר 2003) איז געווען אַן ישראלדיקער לופֿטפֿלאָט פּילאָט און דער ערשטער ישראלדיקער אַסטראָנויט.

ער איז געווען דער לאַסט ספּעציעליסט (ענ') פֿון קאָסמאָס שאַטל קאָלאָמביע ביי מיסיע STS-107 און איז אומגעקומען צוזאַמען מיט זעקס אַנדערע אַסטראָנויטן אין די צוריקקער אַקצידענט.

ביאָגראַפֿיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רמון איז געבוירן געוואָרן אין רמת גן, ישראל צו טאָניע (1929 - 2003) און אליעזר (1923 - 2006) וואָלפֿערמאַן, און איז דערצויגן געוואָרן אין באר שבע. זיין פֿאָטער איז געווען פֿון דייטשלאַנד און זיין משפחה האָבן געלאָפֿן פֿון נאַצי אַרעסט אין 1935. זיינע מוטער און באָבע זענען געווען חורבן-איבערלעבער פֿון אוישוויץ. זיי האָבן עמיגרירט צו ישראל אין 1949. אילן האָט געטוישט זיין משפחה נאָמען צו רמון ווען ער האָט מיטגעגאַנגען דער ישראלישער לופֿטפֿלאָט.

רמון האָט גראַדואירט פֿון מיטלשולע אין 1972. אין 1987 האָט ער גראַדואירט פֿונעם תל אַביבער אוניווערסיטעט מיט אַ הויכער טיטל אין עלעקטראָניק און קאָמפּיוטער אינזשעניריע.

לופֿטפֿלאָט קאַריערע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער F-16A פֿאַלק 243 וואָס רמון האָט געפֿלויגן אין אָפּעראַציע אָפּערע

אילן רמון איז געווען אַ קאָלאָנעל (העברעאיש: אלוף משנה) און קעמפֿער-פּילאָט אינעם ישראלישער לופֿטפֿלאָט, מיט טויזנטער שעה'ס פֿלי געניטשאַפֿט. אין 1974 האָט ער גראַדואירט אַלס אַ פּילאָט פֿונעם ישראל לופֿטפֿלאָט פֿלי-אַקאַדעמיע.

אין 1981 איז ער געווען דער יונגסטער פּילאָט וואָס האָט באַטייליקט אין אָפּעראַציע אָפּערע, די ישראלישע אַטאַקע קעגן איראַק'ס נישט-פֿאַרטיקער קערן־רעאַקטאָר "אָסיראַק". ווען דער אַפּאַראַט איז צעשטערט געוואָרן, זענען צען איראַקער סאָלדאַטן און איין פֿראַנצויזער פֿאָרשער אומגעקומען.

נאָך וואָס ער האָט געלערנט ביים תל אַביבער אוניווערסיטעט האָט ער געדינט אַלס דעפּוטעט עסקאַדראָן קאָמאַנדיר A, עסקאַדראָן 119, אין וועלכע ער האָט געפֿלויגן דעם F-4 פֿאַנטאָם (1988 - 1990). אין 1990 האָט ער באַטייליקט אינעם עסקאַדראָן קאָמאַנדירן קורס, און ביז 1992 איז ער געווען קאָמאַנדיר פֿון עסקאַדראָן 117 מיטן F-16. אין 1994 איז ער געוואָרן קאָלאָנעל און באַשטימט געווען אַלס שעף פֿונעם געצייג-דעפּאַרטמענט. ער האָט געבליבן אינעם ראָלע ביז 1998.

רמון האָט אַקומולירט העכער 3,000 פֿלי שעה'ס אין די עראָפּלאַנען A-4, מיראַזש III-C און F-4, און העכער 1,000 שעה'ס אינעם F-16.

ערשטער ישראלדיקער אַסטראָנויט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער לופֿטפֿלאָט האָט דערוויילט רמון צו ווערן דער ערשטער ישראלדיקער אַסטראָנויט, נאָך אַן אָפּמאַך צווישן ישראל און די פֿאַראײניקטע שטאַטן אין 1995 צו אייַנפֿאַסן אַן ישראלי אין אַ קאָסמאָס פֿלוג פֿון NASA. די ישראלישע קאָסמאָס אַגענטור האָט זיך געוואָנדן צו דער לופֿטפֿלאָט מיט אַ באַפֿעל צו קלייבן דער באַטייליקטער, און אין 1997 איז רמון דערוויילט געוואָרן. אין 1998 האָט רמון זיך איבערגעקליבן צו דעם אַסטראָנויטן-טרענירונג אַפּאַראַט אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן צוזאַמען מיט זיין משפחה - זיין ווייב רונה און זייערע פֿיר קינדער. רמונ'ס טרענירונג איידער דער פֿלוג איז באַשערט געווען צו דויערן בערך אַ יאָר, אָבער NASA האָט אַ סך מאָל דחה געווען די צעשיקונג פֿון קאָלאָמביע.

אין זיין ראָלע ביים מיסיע STS-107 האָט רמון באַטייליקט אינעם אויספֿיר פֿונעם ישראלישער שטויב עקספּערימענט, וואָס איז פּלאַנירט געוואָרן ביים תל אַביבער אוניווערסיטעט צו פֿאָרשן דער אויסווירק פֿון זאַמד-שטורעמס אויפֿן מיטל מזרח, און אויך אַנדערע עקספּערימענטן אין ביאָלאָגיע און פֿיזיק.

איידער זיין רייזע איז רמון אינטערעסירט געווען ווי צו מקיים זיין מצוות אין קאָסמאָס. ווען ער האָט געפֿרעגט וועגן שמירת שבת אין קאָסמאָס האָבן רבנים געענטפֿערן אַז ער דאַרף ציילן זעקס פּעריאָדן פֿון 24 שעה'ס און מקיים זיין שבת ביים זיבנטער פּעריאָד, ווי דעם הלכישן מנהג ביי די פּאָלן וואו דער זון שיינט נישט פֿאַר אַ סך מאָנאַטן.

נאָך אַ סך אָפּלייגן פֿון די צעשיקונג איז קאָלאָמביע געשיקט געווען דעם 16טן יאַנואַר 2003 פֿונעם קענעדי קאָסמאָס צענטער צו אַ 16 טעג מיסיע אין קאָסמאָס.

דעם 1טן פֿעברואַר 2003 איז רמון אומגעקומען צוזאַמען מיט די זעקס אַנדערע מאַנשאַפֿט מיטגלידער ווען די שאַטל איז זיך צעפֿאַלן ביים צוריקקומען אינעם ערד'ס אַטמאָספֿער. די סיבה פֿאַר דעם אַקצידענט איז געווען אַז אַ טייל פֿון איזאָלירונג שוים איז געבראָכן ביים צעשיקונג און האָט געקלאַפּט די היץ-באַשיצונג קאַכלס אויפֿן לינקער פֿליגל פֿונעם שאַטל. ביים צוריקקומען אינעם אַטמאָספֿער האָט דער באַשעדיקטער פֿליגל זיך צעהיצט און איז צולעצט געבראָכן, וואָס האָט אין גאַנצן צעשטערט די שאַטל.

אילן רמונ'ס קבר אין נהלל

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: אילן רמון