קאסמאס שאטל קאלאמביע
קאָסמאָס שאַטל קאָלאָמביע (ענגליש: Space Shuttle Columbia; דעזיגנירט OV-102) איז געווען אַ קאָסמאָסשיף וואס NASA האט געבויט צו פֿליען צום קאָסמאָס. זי איז געווען די ערשטע קאָסמאָס שאַטל געשיקט צום קאָסמאָס דעם 12טן אַפּריל 1981. זי איז צעשטערט געוואָרן ביים צוריקקומען אין דער ערד'ס אַטמאָספֿער דעם 1טן פֿעברואַר 2003, און אַלע זיבן מענטשן וואָס זי האט געטראָגן זענען אומגעקומען. די שאַטל איז געשיקט געוואָרן צו 28 מיסיעס סך-הכל. די קאָלאָמביע איז געהייסן נאָך אַ שיף פֿונעם אַמעריקאַנישער פֿלאָט וואס האט אומגערינגלט די וועלט אין 1836.
צעשטערונג סיבה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- זעט דעם הויפּט אַרטיקל – קאסמאס שאטל קאלאמביע קאטאסטראפע
אַ טייל פֿון איזאָלירונג שוים פֿונעם דרויסנדיקער ברענשטאָף טאַנק האָט געשיילט זיך ביי די צעשיקונג 16 טעג איידער און האָט אָנגעקלאַפּט דער לינקער פֿליגל פֿון די שאַטל.
אַ לאָך איז געמאַכט געוואָרן אין דאָס פֿראָנט ווינקל פֿונעם פֿליגל. אין די שטאַרקע היץ פֿון צוריקקומען אין דער אַטמאָספֿער האָבן הייסע גאַזן געגאנגען אריין אין דער פֿליגל. דאָס האט צעשטערט די שטיצונג סטרוקטורן און די גאַנצע שאַטל איז זיך צעפֿאַלן.
מאַנשאַפֿט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- קאָמאַנדיר: ריק האַסבאַנד, אַמעריקאַנער לופֿטפֿלאָט קאָלאָנעל און מעכאַנישער אינזשעניר. ער איז געווען דער פּילאָט פֿון אַ פֿריערדיקע שאַטל בעת די ערשטע אַנקערונג מיט די אינטערנאַציאָנאַלע קאָסמאָס סטאַנציע (STS-96).
- פּילאָט: וויליאַם מאַקול, אַמעריקאַנישער פֿלאָט קאָלאָנעל.
- לאַסט קאָמאַנדיר: מייקל אַנדערסאָן, אַמעריקאַנער לופֿטפֿלאָט לייטענאַנט-קאָלאָנעל און פֿיזיקער וואָס האט געפֿירט די וויסנשאַפֿט מיסיע.
- לאַסט ספּעציעליסט: אילן רמון, ישראל לופֿטפֿלאָט קאָלאָנעל און ערשטער ישראלדיקער אַסטראָנויט.
- מיסיע ספּעציעליסטין: קאַלפּאַנאַ טשאַולאַ, עראָנויטיק אינזשענירין געבוירן אין אינדיע. דאָס איז געווען איר צווייטע מיסיע אין קאָסמאָס.
- מיסיע ספּעציעליסט: דייוויד בראַון, אַמעריקאַנישער פֿלאָט קאַפּיטאַן וואָס איז טרענירט געוואָרן אַלס אַ פּילאָט און אַ פֿלי-כירורג. בראַון האט געאַרבעט אויף אַ סאַך וויסנשאַפֿט עקספּערימענטן.
- מיסיע ספּעציעליסטין: לאָרעל קלאַרק, אַ פֿרוי קאַפּיטאַן אינעם אַמעריקאַנישער פֿלאָט און אַ פֿלי-כירורגין. קלאַרק האט געאַרבעט אויף אַ סאַך ביאָלאָגישע עקספּערימענטן.
מיסיעס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]# | דאטע | דעזיגנאציע | צעשיקונג באזע | לאנדונג ארט | באמערקונגען |
---|---|---|---|---|---|
1 | 12טן אפריל 1981 | STS-1 | 39A | עדווארדס לופטפלאט באזע | ערשטער פלוג פונעם שאטל סיסטעם (אויסנעמלעך טעסט-פלוגן פונעם שאטל ענטערפרייז). |
2 | 12טן נאוועמבער 1981 | STS-2 | 39A | עדווארדס לופטפלאט באזע | ערשטער פילמאליקער באנוץ פון א מענטשישע קאסמאסשיף |
3 | 22סטן מערץ 1982 | STS-3 | 39A | ווייט סענדס לאנדונג ארט | ערשטע צעשיקונג מיט אַ נישט-געפֿאַרבטער דרויסנדיקער טאנק. איינציקע לאנדונג פונעם שאטל ביי ווייט סענדס. |
4 | 27סטן יוני 1982 | STS-4 | 39A | עדווארדס לופטפלאט באזע | לעצטער שטודיום און אנטוויקלונג פלוג. |
5 | 11טן נאוועמבער 1982 | STS-5 | 39A | עדווארדס לופטפלאט באזע | ערשטער מאנשאפט מיט פיר מיטגלידער. ערשטע צעשיקונג פון א קאמערציעלע סאטעליט פונעם שאטל. |
6 | 28סטן נאוועמבער 1983 | STS-9 | 39A | עדווארדס לופטפלאט באזע | ערשטע ספייסלאב מיסיע און ערשטער מאנשאפט מיט זעקס מיטגלידער. |
7 | 12סטן יאנואר 1986 | STS-61-C | 39A | עדווארדס לופטפלאט באזע | לעצטער פלוג איידער די טשאלענדזשער קאטאסטראפע. |
8 | 8טן אויגוסט 1989 | STS-28 | 39B | עדווארדס לופטפלאט באזע | צעשיקונג פון א שפיאנאזש סאטעליט. |
9 | 9טן יאנואר 1990 | STS-32 | 39A | עדווארדס לופטפלאט באזע | צוריקגעגעבן דער לאנגדויערדיקע אפדעקונג אפראט (ענ'). |
10 | 2טן דעצעמבער 1990 | STS-35 | 39B | עדווארדס לופטפלאט באזע | געטראגט רענטגען און אולטראוויאלעט טעלעסקאפן |
11 | 5טן יוני 1991 | STS-40 | 39B | עדווארדס לופטפלאט באזע | פינפטער ספייסלאב פלוג - לעבן וויסנשאפט נומער 1. |
12 | 25סטן יוני 1992 | STS-50 | 39A | קענעדי קאסמאס צענטער | ערשטע מיקרא-גראוויטאציע לאבאראטאריע. |
13 | 22סטן אקטאבער 1992 | STS-52 | 39B | קענעדי קאסמאס צענטער | סאטעליט צעשיקונג. |
14 | 26סטן אפריל 1993 | STS-55 | 39A | עדווארדס לופטפלאט באזע | מיקרא-גראוויטאציע פארשונג. |
15 | 18טן אקטאבער 1993 | STS-58 | 39B | עדווארדס לופטפלאט באזע | ספייסלאב פלוג - לעבן וויסנשאפט נומער 2. |
16 | 4טן מערץ 1994 | STS-62 | 39B | קענעדי קאסמאס צענטער | מיקרא-גראוויטאציע פארשונג. |
17 | 8טן יולי 1994 | STS-65 | 39A | קענעדי קאסמאס צענטער | מיקרא-גראוויטאציע פארשונג. |
18 | 20סטן אקטאבער 1995 | STS-73 | 39B | קענעדי קאסמאס צענטער | מיקרא-גראוויטאציע פארשונג. |
19 | 22סטן פעברואר 1996 | STS-75 | 39B | קענעדי קאסמאס צענטער | געשלעפטע סאטעליט עקספערימענט. |
20 | 20סטן יוני 1996 | STS-78 | 39B | קענעדי קאסמאס צענטער | מיקרא-גראוויטאציע פארשונג. |
21 | 19טן נאוועמבער 1996 | STS-80 | 39B | קענעדי קאסמאס צענטער | לענגסטער שאטל פלוג. |
22 | 4טן אפריל 1997 | STS-83 | 39A | קענעדי קאסמאס צענטער | מיקרא-גראוויטאציע פארשונג, געלאנדט נאך דריי טעג צוליב א פראבלעם מיטן ברענשטאף טאנק. |
23 | 1טן יולי 1997 | STS-94 | 39A | קענעדי קאסמאס צענטער | מיקרא-גראוויטאציע פארשונג, מיסיע אריגינאל פלאנירט פאר STS-83(ענ'). |
24 | 19טן נאוועמבער 1997 | STS-87 | 39B | קענעדי קאסמאס צענטער | מיקרא-גראוויטאציע פארשונג. |
25 | 13טן אפריל 1998 | STS-90 | 39B | קענעדי קאסמאס צענטער | ספייסלאב פלוג. |
26 | 23סטן יולי 1999 | STS-93 | 39B | קענעדי קאסמאס צענטער | צעשיקונג פון א רענטגען טעלעסקאפ. |
27 | 1טן מערץ 2002 | STS-109 | 39A | קענעדי קאסמאס צענטער | פערטע סערוויס מיסיע פארן האבל קאסמאס טעלעסקאפ. |
28 | 16טן יאנואר 2003 | STS-107 | 39A | נישט געלאנדט (פלאנירט געווען צו לאנדן ביים קענעדי קאסמאס צענטער) | מיקרא-גראוויטאציע און ערד וויסנשאפט פארשונג מיסיע. שאטל צעשטערט ביים צוריקקומען אין דער אטמאספער דעם 1טן פעברואר 2003, אלע זיבן אסטראנויטן אומגעקומען. |