לדלג לתוכן

אייזקרעם

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון אייז קריעם)
מאלענע אייזקרעם

אייזקרעם (ענגליש: ice-cream) איז א געפרוירענע צושפייז געמאכט געוויינלעך פון מילכיגע פראדוקטן, און איז געמישט מיט פלעיוואר און צוקער כדי דאס צו מאכן זיס און געבן קאליר.

בערך א מיליאן גאלאנען אייזקרעם ווערט אויפגעגעסן אין אמעריקע יעדען זומער און פארנעמט 8 פראצענט פון די מילכיגע עסן מארקעט.

וואס איז אייזקרעם און וואס נישט

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די וועלט רופט כמעט אלע פארפרוירענע מילך פראדוקטן אלס אייזקרעם אבער אין פאקט איז פאראן רעגולאציעס וואס איז יא אדער נישט אייזקרעם. דאס באלאנגט צו די דעפארטמענט אוו ארגיקולטור וועלכע באשליסט וואס קען לעגאל גיין אונטער דעם נאמען אייזקרעם. די דריי הויפט סימנים זענען אז עס ברויך האבן אין זיך ווייניגסטענס 10 פראצענט מילך, ווייניגסטענס 6 פראצענט נישט-מילכיגע אינהאלטן, און א גאלאן מוז וועגן כאטש 4.5 פונט עס זאל זיין קוואליפיצירט אלס אייזקרעם.

נישט מילכיגע אייזקרעם איז לעגאל נישט קיין אייזקרעם און איר וועט נישט טרעפן פארפרוירענע פראדוקטן מיט'ן נאמען אייזקרעם אויב עס פארמאגט נישט קיין מילך אין זיך. די אייזקרעם פירמעס לייגן אריין צווישן 10 און 16 פראצענט מילך אין זייערע אייזקרעם פראדוקטן. ווייניגער ווי 10 פראצענט קען נישט ווערן אנגערופן קיין אייזקרעם און מער ווי 16 פראצענט איז שוין צופיל. ווי מער מילך אלס א רייכערע טעם אבער מער ווי 16 פראצענט וואלט געווען צו פעט פאר מענטשן צו עסן אזוי אפט און עס וואלט אויך געווען צו טייער צו פראדוצירן. קיין שום פירמע וועט נישט לייגן מער ווי 16 פראצענט ווייל אזעלכע אייזקרעם וועט שנעל אנפילן א מענטש און דאס מיינט אז מען וועט קויפן ווייניגער אייזקרעם.

אלע אנדערע פארפרוירענע מילכיגע און מילכיג נאכגעמאכטע פראדוקטן ווי סארבעטס, לאו-פעט אייזקרעם, אדער פראזען יאגורט איז איז טעכניש בכלל נישט קיין אייזקרעם.

ווען מען קוקט די אינהאלטן (אינגרידיענס) פון אייזקרעם איז עס גאנץ פשוט, אבער סייענטיפיש גערעדט איז אייזקרעם א קאמפליצירטע פראדוקט וועלכע איז צוזאמענגעשטעלט פון צוויי סארט כעמיקאלן וועלכע גייען נישט געווענליך אינאיינעם. דאס איז פעטנס קעגן דער געמיש פון וואסער-צוקער-אייז סטרוקטור וואס ווען צוזאמען געמישט פארמירט עס קליינע באבעלס און איז ווי פאום מאטריאל. נארמאל וואלטן די באשטאנדטיילן נישט געקענט זיך האלטן אינאיינעם ווייל בטבע קענען די כעמיקאלן נישט גיין אינאיינעם. די אייזקרעם פראדוצירער לייגן אריין פארשידענע כעמיקאלן וועלכע האלט דאס אינאיינעם און צעשפרייט די פעטנס איבעראל. אמאל האט מען אויך גענוצט די געליכלע טייל פון אייער אלס איינע פון די כעמיקאלן אבער וויבאלד עס פארמאגט אסאך קאלעסטראל האט מען דאס אויפגעשטוישט מיט כעמיקאלן וועלכע פארנעמען זייער א קליינע פראצענט פון די סך הכל באשטאנדטיילן.

אייזקרעם איז נישט די געזונטסטע עסן, ספעציעל די וואס ליידן אויף צוקער. אויך איז עס נישט גוט פאר די וואס גייען אויף דייעט ווייל עס פארמאגט אסאך פעטנס. אן אלטערנאטיוו צו אייזקרעם איז פראזען יאגורט וועלכע פארמאגט כמעט נישט קיין צוקער און איז נישט אזוי פעט. מיר וואלטן אלע געזאגט אז דאס איז פשוט'ע יאגורט וואס מען לייגט אריין אין פריזער, אבער למעשה איז עס די זעלבע פון ארגינעלע אייזקרעם נאר אנשטאט פעטע מילך לייגט מען אריין די מילך קולטור פון וועלכע מען מאכט יאגורט און עס ווערט דארט באשאפן א יאגורט וועלכע איז לייכטער צום עסן.

איטאליאנישע אייזקרעם

עס זענען נישט פאראן צוויי וועגן וויאזוי אייזקרעם קען געמאכט ווערן עס איז נאר די פארשידנארטיקייט וואספארא פלעווארס מען לייגט אריין. אן אייזקרעם פירמע, די אייזקרעם געשעפט וועלכע מאכט דאס מיט א קליינע מאשין, און דער אינדיווידועלער וואס מאכט דאס אינדערהיים איז די זעלבע זאך.

דער הויפט טייל פון אייזקרעם איז די געמיש פון די מילך פעטנס, צוקער, און וואסער. די סארט געמיש קען מען קויפן אין געשעפטן צו מאכן אליינס אייזקרעם. די געשעפטן וועלכע פארמאגן אייזקרעם מאשינען נוצן אזא געמיש און די אייזקרעם פירמעס מאכן דאס אליינס און דארפן אויסארבעטן די פעטנס נאך בעסער ווי מען ארבעט אויס מילך ווייל אנדערש קענען די באקטעריעס זיין שעדליך צו א מענטש.

מען קען אליינס אויך מאכן דעם אייזקרעם געמיש אבער עס פארלאנגט זיך מען זאל דאס אויפקאכן צווי מאל צו פטור ווערן פון די באקטעריע.

איינמאל דער געמיש איז פארטיג איז עס אייזקרעם אזוי ווי עס שטייט און גייט. אבער צו מאכן דעם טעם בעסער נוצט מען פלעוואורס וועלכע קען זיין סיי וואס ווי ווענילע, טשאקאלאדע, פרוכט, א.א.וו. מען וועט טיילמאל אויך אריינלייגן שטיקער פרוכט, ניס, טשאקאלאדע, אדער מארשמאלאוס.

אבער אייזקרעם קען נישט פאסירן אן קאלטקייט און עס איז נישט פאראן אזא מין זאך ווי מאכן ערשט די געמיש און דערנאך לייגן אין פריזער. אויב יא איז עס נישט קיין אייזקרעם. עכטע אייזקרעם ווערט געפרוירן אין די זעלבע צייט וואס די געמיש ווערט געמאכט. די אייזקרעם מאשינען פארמאגן א כעמיקאל וועלכע מאכט קאלט דעם טאפ אין וועלכע מען גיסט אריין דעם געמיש און די מישן און פרירן פאסירט אויפאיינמאל.

אייזקרעם מעג אבער נישט זיין צו שטארק געפרוירן ווייל אויב יא פארלירט עס די גאנצע חשיבות פון אייזקרעם וועלכע איז א קאלטע אבער נישט געפרוירענע מאכל. כדי דאס זאל צושטאנד קומען דארף מען היטן דעם געמיש די גאנצע צייט אז שטיקער אייז זאלן נישט פארבלייבן אינעם געמיש. אן אייזקרעם מאשין נוצט אייזענעס וועלכע צוברעקלן אלע שטיקער אייז כדי עס זאל בלייבן אן אייזקרעם און נישט אייסעס.

איינמאל דער געמיש איז פארטיג דארף די אייזקרעם באלד געלייגט ווערן אין א פריזער פון 0 דעגרי פארנהייט אדער אביסל ווייניגער (בערך מיינעס 20 דעגרי צעלסיוס). די אייזקרעם מעג נישט בלייבן אפילו א קורצע צייט אן א פריזער ווייל אויב יא וועט דאס וואסער זיך אויפלאזן און ווען עס וועט צוריק אריינגיין אין פריזער וועט עס פארמירן שטיקער אייז ווי מיר באקומען נאכ'ן עפענען א שאכטל עטליכע מאל. די אייזקרעם פירמעס נוצן קאמפיוטערייזד מאשינען צו האלטן קאנטראל אויף אלע אייזקרעם און וויאזוי דער געמיש ווערט געמאכט. אביסל צו קאלט אדער אביסל צו ווארים קען שעדיגן די גאנצע פראדוקציע.

די פירמעס פאקן די אייזקרעם אין קאלטע אטמאספערעס און שפעטער ווען מען לאדענט עס ארויף אויף טראקס און אזוי אויך אראפ מוז אלעס גיין זייער געשיקט אז עס זאל נאך נישט זיין קיין שאנס עס זאל זיך אויפלאזן. געווענליך איז פאראן א צייט אפשניט וועלכע מעג נישט אריבער גיין אן זיין אין א פריזער און אויב יא קען מען עס מער נישט פארקויפן.

אן אייזקרעם אויטא אין אויסטראליע

די אייזקרעם אינדוסטריע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די אייזקרעם אינדוסטריע איז ווערט 10 ביליאן דאלאר פער יאר און די ענליכע פראדוקטן זענען ווערט נאכאמאל אזויפיל. אמעריקע פארלענדט דאס מערסטע אייזקרעם א יאר און קאליפארניע איז נומער איינס מיט איר גרויסע באפעלקערונג און ווארימע קלימאט. נאכדעם קומען די סטעיטס פון אינדיאנא, פענסעלוועניע, טעקסאס, און ניו יארק. אין דורכשניט קומט אויס אז יעדער אמעריקאנער עסט ארום 21.5 קווארטס פער יאר.

ווען איר ווילט קויפן אייזקרעם זאלט איר ערשט זיכער מאכן אז ער איז מילכיג און דערנאך קען מען זען די שטארקייט דערפון לויט וויפיל דער איבערגאנג פראצענט נומער איז. דאס איז די פראצענט מער ווי 100 וואס איז געווארן פון די ארגינעלע באשטאנדטיילן וואס מען האט גענוצט צו מאכן די אייזקרעם. פארגעסט נישט אז אייזקרעם איז אין טייל לופט (גענוי ווי ברויט) און ווי געדעכטער אלס בעסער אין טעם. אין ענגליש ווערט דאס אנגערופן אווערראן און זייער אסאך מאל וועט ארויסשטיין אויפ'ן שאכטל וויפיל פראצענט אווערראן דאס איז. ווי קלענער די אווערראן אלס געדיכטער.

א גרינגע וועג צו וויסן די קוואליטעט פון די אייזקרעם איז שפירן וויפיל עס וועגט. שווערע אייזקרעם מיינט אז עס איז געדיכטער ווייל די פעטנס וועגט אסאך. רוב טייערע אייזקרעם וועגט אסאך.

די סוד פון מאכן גוטע אייזקרעם קען מען שווער אויסגעפונען אליינס און דאס גייט אראפ פון דור צו דור דורך די גוטע אייזקרעם מאכער. זינט די אינדוסטריע איז אזוי גרויס איז היינט פאראן אוניווערסיטעטן וועלכע גיבן לעקציעס צו מאכן גוטע אייזקרעם. דער פענסעלוועניע שטאטס אוניווערסיטעט גיט אזעלכע לעקציעס אין אמעריקע און די מילכפראדוקטן וויסנשאפט און טעכנאלאגיע שולע פון אנטעריא גיט די לעקציעס פאר קאנאדער.

אייזקרעם איז געווארן זער פאפולער איבער דער וועלט אין צווייטן העלפט פונעם 20סטן יארהונדערט ווען פרידזשידערן זענען געווארן ביליג. מ'האט געמאכט נאך און נאך באזונדערע טעמים פון אייזקרעם, און די פירמעס האבן זיך קאנקורירט אין דעם. האוואר דזשאנסאנס האבן געמאלדן 28 טעמים אין זייערע רעסטאראנען, און באסקין-ראבינס האבן זיך בארימט מיט 341 טעמים ("איינער פאר יעדן טאג פונעם מאנאט").

עס זענען פאראן א רייע כשר'ע אייזקרעם פירמעס אין ניו יארק און אין מדינת ישראל.

אסאך אייזקרעם אין די מארקעט זענען כשר מיט הכשרים פון או.יו. אדער ענליך. אבער גאר אסאך דערפון זענען געמאכט פון חלב עכו"ם און די וועלכע נוצן נישט חלב עכו"ם קענען נישט געניסן דערפון.

אן אייז פארקויפער אין רוים 1820

די היסטאריע פון אייזקרעם גייט צוריק הונדערטער יארן און אפשר גאר טויזענטער און שטאמט ווארשיינליך פון אזיע. עס מוז באמערקט ווערן אז די מעגליכקייט צו מאכן אייזקרעם איז געווען זייער באגרעניצט זינט עס איז נישט געווען קיין רעפרידזשעירעיטאר וואו עס צו האלטן. מען פלעגט נוצן שטיקער אייז וועלכע מען האט גענומען אין דער ווינטער פון די לעיקס און דאס באהאלטן אין די ערד ארומגענומען מיט שטרוי צו האלטן קאלט.

די אייזקרעם פון אמאל איז פשטות נישט געווען קיין אייזקרעם לויט די היינטיגע סטאנדארטן נאר ענדערש א מילכיגע קאלטע מאכל וועלכע נאר די רייכע האבן זיך געקענט ערלויבן. די מאדערנע אייזקרעם איז אויסגעטראפן אין אמעריקע אין 846' דורך א פרוי מיט'ן נאמען נענסי דזשאנסאן. איר אויסטרעף איז געווען א וועג וויאזוי צו פראדוצירן אייזקרעם און דאס מישן און פרירן אין די זעלבע צייט. דאס האט זי געמאכט מיט שטיקער אייז און זאלץ וועלכע איז געהאלטן געווארן אין א שאכטל און אין דעם שאכטל האט זי אריינגעלייגט א צווייטע שאכטל אין וועלכע זי האט געמאכט דעם געמיש. די זאלץ האט אויפגעלאזט די אייז אבער האט ערמעגליכט צו האלטן די טעמפרעאטור פון די פליסיגע וואסער נידעריגער ווי לויטערע וואסער וואס האט געגעבן די אייזקרעם בעסערע קאנטאקט מיט די קאלטקייט.

מיט דזשאנסאנ'ס אויסטרעף איז אייזקרעם פארשפרייט געווארן און אויך די ארימע האבן צום ערשטן מאל געקענט האנה האבן דערפון. מען האט געקויפט שטיקער אייז אין געשעפט און גענוצט זאלץ צו מאכן אייזקרעם.

אין 1851 איז געגאנגען א מענטש מיטן נאמען דזשעיקאב פאסעל פון באלטימאר, מערילענד, און געעפענט די וועלט'ס ערשטע קאמערציאלע אייזקרעם געשעפט אין וועלכע ער האט פארקויפט נאר אייזקרעם. ער איז נישט פארבליבן מיט איין געשעפט און זיך שנעל אויסגעברייטערט איבער'ן לאנד מיט הונדערטער געשעפטן. היסטאריע פארציילט אז פאסעל איז געווען א פארמער וועלכער האט נישט געקענט פארקויפן זיין מילך און האט באשלאסן צו מאכן א נוצן דערפון און פראדוצירן אייזקרעם און דאס פארקויפן אנשטאט מילך. מיט דעם האט ער געלעזט דעם פראבלעם פון פארדארבן ווערן און האט געפינען א וועג צו ראטעווען זיין פרנסה.

ווען פרידזשידערן זענען געווארן פארשפרייט אין די 920' יארן איז אייזקרעם געווארן א שטארקע פראדוקט און מערערע פירמעס האבן דאס פראדוצירט און פארשפרייט. אמעריקאנער האבן שטארק געגליכן אייזקרעם, אויף אזוי ווייט אז דורכאויס די ערשטע וועלט קריג ווען די רעגירונג האט באגרעניצט צוקער האבן די אייזקרעם פירמעס איבערגעצייגט קאנגרעס אז אייזקרעם איז היינט א מאכל וואס איז א טייל פון אמעריקאנער קולטור און מען קען דאס נישט אפשטעלן. עס איז זיי געלונגן און די רעגירונג האט זיי פארקויפט צוקער און אייזקרעם האט איבערלעבט די מלחמה.

די אייזקרעם קאון האבן די פראנצויזן אויסגעטראפן אין די ערשטע יארן פון 900'. אין אמעריקע האט אן איטאליענער אימיגראנט אויסגעטראפן די זעלבע געדאנק און האט געמאכט א פאטענט מיט די רעגירונג אבער ווען ער איז געווען פארטיג איז ער געוואויר געווארן אז די פראנצויזן עסן שוין אייזקרעם מיט קאונס און עס איז אים נישט געלונגן צו מאכן געלט.

היינט איז אייזקרעם פארשפרייט אין אלע ווינקלען פון דער וועלט אבער איז פארבליבן אן אמעריקאנער טראדיציע.