לדלג לתוכן

פרידזשידער

פֿון װיקיפּעדיע
אינוועניג א פרידזשידער - די טיר איז אפן

א פרידזשידער איז אן אפאראט וואס האלט זיך קיל, דורך עלעקטריק אדער גאז, אז עסנווארג וואס ליגט אין אים זאל בלייבן פריש. בעצם איז ער א קאסטן מיט א טיר, וואס איז שטרענג איזאלירט, און האט א מעכאניזם אריבערצופירן היץ אינדרויסן בכדי ס'זאל זיין קילער אין פרידזשידער ווי אין דער ארומעדיקער לופט. מערסט פארשפרייט איז דער שטוב פרידזשידער. אין די אנטוויקלטע מדינות (פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע, מערב אייראפע, א.א.וו.) האט כמעט יעדע הויזגעזינט א פרידזשידער. האנדל פרידזשידערן, וואס זענען אסאך גרעסער פון די היימישע, ווערן געניצט אין סופערמערק און רעסטאראנען.

פון די ערשטע עלעקטרישע פרידזשידערן, מיט א צילינדרישן היצבייטער אין דער הייך. היינט אין דער זאמלונג פון טינקטאנק, בירמינגהאם וויסנשאפט מוזיי.

איידער מען האט פארקויפט פרידזשידערן (בערך אין יאר 1920) פלעג מען ניצן אן אייזקאסטן.

א נארמעלער פרידזשידער האלט זיך ביי א טעמפעראטור פון 4 °C. אמאל איז אויך דא א קאמער פאר ירקות פון 10 °C. א פריזער ארבעט אויפן זעלבן פרינציפ, אבער א סאך קילער (18 °C-). א שטוב פרידזשידער האט אפטמאל א פריזער קאמער.

בדרך כלל אנטהאלט א פרידזשידער 100-150 ליטער, אבער מען באקומען קלענערע, אפילו פון 30 ליטער.