לדלג לתוכן

שמואל בנימין קרויס

פֿון װיקיפּעדיע

ר' שמואל בנימין קרויס איז א איד פון אייראפע וואס אסאך אידן איבערהויפט וואס קערן זיך אן אין די סאטמאר ארונים קרייזן, זענען פארגלייבט אין אים, אז ער ווייסט אלעס, און ער קען מאכן נסים, און פועלן ישועות, גרויסע עשירים ווענדן זיך צו אים פאר זיי מאכן א ביזנעס טראנזאקציע, אדער סתם אידן פאר זיי טוען שידיכים צו בעטן א ברכה אז אלעס זאל גיין גוט, און אפילו יונגע בחורים שעמען זיך נישט אים צו אנצורופן אויפ'ן טעלעפאן פאר א פארלוירענע פאר גלעזער, תפילין, פאספארט וכדו'

זיין גרויסקייט האט זיך אנגעהויבן יארן לאנג זיין אן איינגעשטעלטער מגיד שיעור אין תורת חסד ישיבה אין היטשין און אין לאנדאן, דארטן האבן זיינע מופתים געטראגן א בחורישע פארעם, ווען מען האט עפעס געברויכט אוועק פארן פון ישיבה אן רשות אדער טרעפן א פארלוירן היטל וכדו' פלעגט מען צו אים גיין פאר א ברכה, און מיט'ן אריינקוקן אין זיין "תהילים" איז אלעס געווארן ערליידיגט. די מיסטישע כוחות איז צעביסלעך געווארן פארשפרייט, און ער איז געווארן מער און מער אנגענומען, היינט ווען ער קומט קיין אמעריקע ספעציעל אין קרית יואל ווארן א רייע און מען קען נישט סתם אזוי אריינגיין צו אים.

ער איז א געוואלדיגער גוט הארץ וואס זארגט זיך פאר יעדן אלטן בחור אנצוטראגן שידיכים, און ער איז א ארימאן וואס וואונט זייער שפארעריש, און מיט זיינע געלטער וואס מענטשן געבן אים שטיצט ער א כולל, און געט צדקה.

מאנכע זאגן אז ער זעט אויס ווי דער "בעל שם טוב" אליינ'ס מיט זיין פארצייטיש'ן אויסזען, זיינע אויגן זענען זייער טיף און שפראצן מיט אהבת ישראל ווען א איד רעדט צו אים זיך אראפ פון הארצן, מען זעט אז ער איז כל כולו פארווייטאגט אינעם אידס פראבלעם.

ער דינט אלס רב אין דער דריטער סאטמאר אהרונישער שול אין סטעמפארד היל.

רב קרויס איז א חסיד נאמן פונעם סאטמארער רבי'ן, רבי אהרן טייטלבוים. ווען דער סאטמאר רבי האט חתונה געמאכט זיין אינגסטע קינד ב' חשון תשס"ז, איז ער ספעציעל געקומען צו פארן צו דער חתונה קיין קרית יואל נו יארק, וואו מען האט אים מכבד געווען מיט עד קידושין; אין מיטן דער סעודה איז אים שלעכט געווארן, ער איז צאמגעפאלן אין געכאפט אן ערנסטן סטראק.