סטאמפארד היל

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון סטעמפארד היל)

סטאמפארד היל איז א געגנט אין דער העקני באצירק אין לאנדאן. ער גרענעצט זיך מיט 'טאטנהעם' אינעם באצירק הארינגיי, וואס א טייל פונעם 'טאטנהעם' געגנט איז א גרויס חלק פון דער יידישער באפעלקערונג אינעם סטאמפארד היל פערטל. דער געגנט נעמט זיין נאמען פון דער הויפט גאס ״סטאמפארד היל״.

ביז בערך תר"ס (1900) האבן די יידן געוווינט מייסטענס אין איסט ענד געגנט פֿון לאנדאן, אבער נאכהער האבן זיך א טייל אריבערגעצויגן קיין "סטאמפארד היל". היינט וואוינען א סך חרדישע יידן דארט. טייל פון זיי האנדלען מיט נכסי דלא ניידי.

אן אלט בילד פון סטאמפארד היל גאס

די יידישע באפעלקערונג וואוינט דארט זייער צעזייעט צווישן די גוים, אבער אין די לעצטע צען יאר איז עס געווארן גאר שטארק אויפגעבויט אינעם יידיש היימישן שטאנדפונקט, וויבאלד פילע עמיגראנטן פון ארץ ישראל און אמעריקע האבן דארט חתונה און דרייען איבער די שטאט אויף מער ביזנעס האנדל ווי א שטייגער זייער געבורט לאנד.

דער רב איז רבי משה חיים אפרים פאדווא, גאב"ד פון התאחדות קהלות החרדים, וואס איז א פאַרבאַנד פון אלע פרומע קהילות אין לאנדאן (סטאמפארד היל, גאלדערס גרין, הענדאן און נאך)

די יידישע באפעלקערונג באשטייט הויפטזעכלעך פון חסידישע געמיינדעס און אויכעט פון א צאל פון ליטווישע יידן. די צוויי גרעסטע און אנזיכטיגע חסידישע געמיינדעס זענען בעלזא און סאטמאר. אלס רב פון דער סאטמארער קהילה (פון רבי זלמן לייב) דינט זיין מחותן רבי ברוך נתן האלבערשטאם, אלס רב פון דער סאטמארער קהילה (פון רבי אהרן) דינט רבי משה מנחם ווייס. אויסער דעם עס איז פאראן אין סטאמפארד היל נאך פילע קהילות און בתי מדרשים אזוי ווי וויזשניץ מאנסי (אונטער דער פירערשאפט פונעם וויזשניץ-לאנדאנער רבי), אלכסנדר, באבאוו, (אלס דיין דינט רבי בן ציון בלום, אן איידעם פון רבי שלמה האלבערשטאם, דער פריערדיגער באבאווער רבי), בעלזא מאכניווקא, גער, וויזשניץ (דער רב איז רבי אריה ווייס), ביאלא (אונטער דער פירערשאפט פון רבי ברוך לייב ראבינאוויטש), ליובאוויטש און סקווירא. אזוי אויכעט קען מען טרעפן דארט בתי מדרשים און געמיינדעס ווי תולדות אהרן, צאנז און נאך.

אין סטאמפארד היל וואוינען די עשירים און בעלי צדקה ר׳ אליש ענגלענדער, ר׳ חיים משה פעלדמאן (א וויזשניצער חסיד), משפחת לעוו (סאטמאר), און די באקאנטע משפחת בערגער.

עירוב אין סטאמפארד היל[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

לאנגע יארן איז געווען איינגעפירט, לויטן פסק פונעם גאב"ד רבי חנוך דוב פאדווא, אז וויבאלד לאנדאן איז גאר א גרויסע שטאט, און עס וואוינען מער פון 600,000 מענטשן, הייסט עס א רשות הרבים דאורייתא וואו על פי הלכה קען מען נישט מאכן קיין עירוב. (בפרט אז די גאס סטאמפארד היל קומט אן ביז א שאסיי וואס דארט פארן דורך יעדן טאג 600,000 מענטשן הייסט עס מפולש לרשוה"ר).

אנדערע זאגן, אז ער האט אויך געהאט טעמים על פי השקפה, פארוואס ער האט נישט געלאזט מאכן אן עירוב.

אין די לעצטיגע יארן האבן אסאך פראבירט צו מאבן אן עירוב, אבער אלס די כבוד פונעם פריערדיקן רב האט די התאחדות קהלות החרדים נישט ערלויבט דורך צו פירן.

סוף ווינטער תש"פ, ווען קאוויד-19 האט זיך צושפרייט, האבן אפאר עסקנים געשפירט אז עס איז וויכטיג צו מאכן אן עירוב, וויבאלד אז יעדער איז איינגעשפארט אינדערהיים א גאנצע וואך מיט דער משפחה און עס קען ווערן גאר ענג. אויך וויבאלד א גרויסער עולם האט געדאווענט אין די פאדערשטע גערטנער נאנט צו דער גאס, איז געווארן זייער שווער אז מ'האט נישט געטארט טראגן שבת. האבן די עסקנים אויסגעשטעלט אן עירוב איבער א פאר געסער אונטער דער השגחה פון הרב הערשל האגער פון גאלדערס גרין און מיט דער שטיצע פון גאר אסאך רבנים. גאר שנעל האט זיך די התאחדות קהלות החרדים ארויף געכאפט אויף דעם, און מפרסם געווען אז זיי גייען מאכן א גרויסן עירוב איבער דעם גאנצן דרום טאטנהאם געגענט.

(די סיבה פארוואס דער דרום טאטנהאם געגנט איז לייכטער עפ"י הלכה אפילו לויטן פסק פון גאב"ד רבי חנוך דוב פאדווא, איז וויבאלד דער געגנט איז ארום גענומען פון דריי זייטן מיט ריכטיגע מחיצות, פון איין זייט זענען דא באן שינעס, פון דער צוויטער זייט איז דער לי טייך, און אויף דער דריטער זייט איז א פארק מיט מחיצות.)

דער עירוב איז געווארן גרייט צו ניצן שבת פרשת בהעלתך תש"פ.

מוסדות החינוך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די מוסדות החינוך אין סטאמפארד היל זענען כולל חדרים פאר יינגלעך, שולעס פאר מיידלעך, ישיבה קטנות, ישיבה גדולות, כוללים און מיידלעך סעמינארן.

באקאנטע איינוואוינער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]