שלום עליכם (שרייבער)

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

דער ארטיקל באשרייבט א נאמען פון א שרייבער. פאר אנדערע באדייטן זעט שלום עליכם (באדייטן)

Sholom Aleichem listens.jpg

שלום עליכם איז דער שרייבער שלום נַחומאוויטש ראבינאוויטש (כ"ו אדר א' ה'תרי"ט - י' אייר ה'תרע"ו) וואס האט געשריבן ביכער איבערהויפט אויף דער יידישע שפראך, אויך אויף רוסיש און העברעיש.

פון זיינע באוואוסטע ביכער: טעוויע דער מילכיקער, מנחם מענדל (בוך), מאטל פייסע דעם חזנס.

לעבנסגעשיכטע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

שלום עליכם איז געבוירן אין אוקריינע כ"ו אדר א' ה'תרי"ט, צו זיין פאטער מנחם נחום ראבינאוויטש, א סוחר, און זיין מוטער חיה אסתר.

ער האט חתונה געהאט מיט גאלדא לאווע און זיי האבן געהאט זעקס קינדער.

Sholem Aleichem.jpg

שרייבער[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

שלום עליכם האט אנגעהויבן שרייבן אויף יידיש אין 1883. סה"כ האט ער געשריבן פערציג ביכער אויף יידיש. שוין אין 1890 איז ער געווען א צענטראלער פיגור פון יידיש ליטעראטור.

שלום עליכם איז פון די בעסטע ערצייגער פון יידישע געשריבענע ארטיקלען, וואס האבן אין זיך אזא סארט לעבהאפט, מיטן פאנטאזיע און הומאר וואס איז דערמיט באגלייט, אז ס'איז באמת צום באוואונדערן. דאס רוב פון זיינע ווערק זענען באזירט אויף יא געלט נישט געלט, דאס ארימע לעבן און שלימזל'דיגע מצב פונעם גלות יוד אין מזרח אייראפע, דאס גלוסט צו ציון און דעם יוד'ס חלום אויף הימל גוטס.

די תוכנ'פולע ארטיקלען זיינע, האבן געשלאגן ווארצלען גאר טיף און זיך פארשפרייט גאר ווייט, טראץ וואס אין זיינע לעבנס טעג האט ער נישט זוכה געווען צו זען די ריכטיגע פירות, איז אבער שפעטער וואס א צייט מער, געווארן היסטאריש באקאנט זיין נאמען, ווען סיי אין אוקריינא און סיי אין ישראל, ווערן מיט כבוד גערופן הויפט קווארטלען אויף זיין נאמען, שלום עליכם גאס, שלום עליכם הויז, און דאס טראדיציאנאלע שפיל, וואס לויפט שוין אפאר דורות אין די וועלטס טריבונעס, 'דער פידלער אויפן דאך', איז אפשטאמיג פון זיינס א פארשריפט 'טעביע דער מילכיקער'.

אין תשנ"ו האט מען אויפגעשטעלט אין תל אביב דאס שלום עליכם הויז אויף זיין נאמען.

אין תשס"ט, לכבוד דעם הונדערט און פופציקסטן יאר זייט זיין געבורט, האט דער כנסת אין ישראל אפגעהאלטן א יידיש טאג.[1]

שלום עליכם איז נפטר געווארן אין ניו יארק י' אייר ה'תרע"ו.

ביבליאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

זעט אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]