פראנקפורט
|
||||||||||||||||||
פֿראנקפֿורט אם מיין איז די גרעסטע שטאט אין העסע, דייטשלאנד, מיט א באפעלקערונג פון 670,095 (2008).
פראנקפורט איז דער פינאנציעלער צענטער פון דייטשלאנד. אויך געפינט זיך דארטן דער אייראפעישער צענטראלער באנק.
אין די ספרים ווערט זי גערופן "פראנקפורט דמיין", ווייל עס איז אויך דא א באקאנטע שטאט פראנקפורט דאדר.
אידן אין פראנקפורט [באַאַרבעטן]
אין פראנקפורט געפינט זיך דער אידישער בית החיים, וואס עס ליגן אין אים די גרויסע באקאנטע אידן ווי דער פני יהושע, רב שמואל שאטין, רבי נתן אדלער (דער רבי פונעם חת"ם סופר), די מאמע פון חת"ם סופר, און נאך, אבער דער בית החיים איז איבערגעווארפן געווארן ביים צווייטן וועלט קריג, עס איז דא בלויז א צוים ארום דעם פלאץ פונעם בית החיים, און אויך אסאך מצבות זענען דערין, אבער זיי זענען נישט אויף זייער ארגינאלן פלאץ.
עס איז אינטערעסאנט די צוים פונעם בית החיים אין פראנקפורט, עס איז ארום גענומען מיט זעקס מיליאן קליינע שטיינער, און יעדע שטיינדל איז צום געדענקען אויף איינעם פון די זעקס מיליאן קדושים וואס נאצי-דייטשלאנד האט געמארדעט.
צווילינג שטעט [באַאַרבעטן]
טאראנטא, קאנאדע
ליאן, פראנקרייך, זייט 1960.
בירמינגהאם, פאראייניגטע קעניגרייך, זייט 1966.
מילאן, איטאליע, זייט 1971.
גוואנזשו, כינע, זייט 1988.
פראג, טשעכיי, זייט 1990.
בודאפעשט, אונגארן, זייט 1990.
קראקע, פוילן, זייט 1991.
גרענאדע, ניקאראגוא, זייט 1991.
תל אביב-יפו, ישראל, זייט 1980.
דרויסנדיגע פארבינדונג [באַאַרבעטן]