פראנץ יאזעף

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
דער קייסער פראנץ יאזעף, 1915

פראנץ יאזעף דער ערשטער (18טן אויגוסט 1830 - 21סטן נאוועמבער 1916) איז געווען קייסער פון עסטרייך, און קעניג איבער אונגארן, גרינדער פון דער עסטרייך־אונגארישער אימפעריע. אנהייב איז זיין פאליטיק געווען דיקטאטוריש, מיט די יארן איז ער געווארן א ליבעראל, נאך עטליכע אויפשטאנדן קעגן אים.

ער איז פון די לענגסטע הערשערס אין אייראפע, פון 1848, ווען ער איז געווארן קעניג איבער בעהמען ביז ער איז געשטארבן אין 1916. ער האט איבערגעלעבט אן אטענטאט פארזוך, ווען אן אונגארישער נאציאנאליסט, האט אים פרובירט שטעכן מיט א מעסער.

ער איז געשטארבן 21סטן נאוועמבער 1916, אין ברען פון ערשטע וועלט מלחמה.

די יידישע פאליטיק זיינע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ער ווערט פארעכנט אלס זעלטענער יידן פריינד, שענקענדיג זיי גלייכבארעכטיגונג, און יידישע פארשטייער אין פארלאמענט אין וויען. ער האט אויפגעשטעלט א פאנד פאר יידישע מוסדות.

ער איז באקאנט פאר צוויי וויכטיגע הויכפונקטן פון נאנטשאפט צו אידן/אידישקייט דורכאויס זיין קאדענץ, צום ערשטן האט ער גלייך ווען ער האט איבערגענומען דעם טראן פון זיין פעטער דעם קייסער פֿערדינאנד, האט ער איינגעפירט די עמאנציפאציע וואס איז טייטש גלייכבארעכטיגונג, (ביז דאן זענען אידן געווען צווייט קלאסיגע בירגער).

ווי אויך איז ער באקאנט מיטן דורכפירן/אנערקענען דעם היסטארישן טיילונג אין אונגארן, ווי ער האט געגעבן א רעכט פאר יעדן איד אז ער זאל קענען אנגעהערן צו וועלכע פראקציע ער וויל, אזוי ארום איז אויסגעמיטן געווארן דאס פולקאמע אסימליאציע וואס די פרייע עלעמענטן האבן געוואלט ארויף צווינגען אויף דעם גאנצן אידנטום, און אזוי איז טאקע באקאנט געווען ביזן צווייטן וועלט קריג, איז אונגארן און זיבנבערגן געווען דער גרעסטער פעסטונג פון חרדישע אידן איבער דער גארער וועלט אין דער צייט וואס די אנדערע חלקים אייראפע וואס די גאווערמענט האט נישט געלאזט זיך צוטיילן זענען געפאלן שטיקער שטיקער, אזש מען האט שוין באלד נישט רע ווער עס איז יא אפשטאמיג פון אידן און ווער נישט.[פֿעלט אַ מקור]

אין 1870, צו דער דערעפענונג פון סועץ קאנאל, איז ער געקומען צו דעם מיטל מזרח. ער האט באזוכט ירושלים, וואו ער איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס כבוד. ער האט געגעבן געלט צום דער תפארת ישראל שול, וואס האט געהאלטן אינמיטן געבויט ווערן.