תפארת ישראל שול

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
תפארת ישראל שול
טעקע:Tiferet.jpg
פנים בית הכנסת לפני חורבנו, מתוך ביבליאטעק הקונגרס האמריקני
די שול נאכן ווערן אויפגעריסן אין אומאפהעגיקייט קריג

די תפארת ישראל שול אדער די ניסן ב"ק שול איז א שול אין דעם יידישן פערטל אין דער אלטשטאט פון ירושלים. די שול האבן אויפגעשטעלט חסידישע קרייזן צווישן דעם אלטן יישוב.

די שול איז געבויט געווארן אין די זעכציגסטע יארן פונעם 19טן יארהונדערט דורך רוזשינער און סאדיגורער חסידים, מ'האט זי א נאמען געגעבן "תפארת ישראל" אויפן נאמען פון דעם הייליגן רוזשינער הרה"צ ישראל פרידמאן וואס האט מנדב געווען דאס געלט צו קויפן דעם באדן וווּ מ'האט געבויט די שול. מ'פארציילט אז דער רוזשינער האט געשיקט דאס געלט אינגיכנס, ווייל די מענטשן פון דער פראוואסלאוונער רעליגיע האבן געהאלטן ביי קויפן דעם פלאץ צו בויען דארט א צערקווע (פראוואסלאוונער קלויסטער). די מסורה פארציילט אז ווען דער רוסישער צאר ניקוליי דער ערשטער האט געהערט אז די יידן האבן געפעדערט אים דורכ'ן בשליחותו פון רבי ישראל, האט ער אויסגערופן „נאכאמאל האט דער ייד ישראל פרידמאן מיך געזיגט" (רבי ישראל איז אנטלאפן פון רוסלאנד וועגן דעם צאר ניקוליי). די רוסן זענען געצווונגען צו קויפן א באדן אינדרויסן פון די מויערן פון דער אלטשטאט, דער פלאץ הייסט נאכאלץ דער רוסישער געהעפט.

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: תפארת ישראל שול

Gottlieb-Jews Praying in the Synagogue on Yom Kippur.jpg

אלע היסטארישע אידישע שולן פון דער גארער אידישער וועלט.

סאטמאר שוהל 13 הופער • סאטמאר שוהל ראדני • סאטמאר שוהל 53 סטריט (בארא פארק)  • שומר שבת (בארא פארק) • ריווינגטאן שול • עלדריזש סטריט שול • חורבת ר' יהודא החסיד • בית המדרש הגדול (מאנהעטן) • בית ישראל (שול) • ראוד איילענד טורא • חתם סופר שול · תפארת ישראל שול