עדת יראים וויען
פֿון װיקיפּעדיע
קהל עדת יראים וויען, איז געגרינדעט געווארן אין וויליאמסבורג, דורך יעקישע יידן, אפשטאמיגע פון דער שיפשול געמיינדע, אין דער שטאט וויען. זיי האבן אפגעקויפט דעם טעאטער אויף לי עוועניא, און מקדש געווען אלס א בית הכנסת, און געדאווענט נוסח אשכנז.
רבנים [באַאַרבעטן]
די רבנים פון די קהילה זענען אויפגענומען געווארן דורך וואלן.
- ר' יונתן שטייף איז געווען רב ביז ה'תשי"ח
- ר' עזריאל יהודה לעבאוויטש ביז ה'תשנ"ב
- ר' אשר אנטשיל כ"ץ
דיינים [באַאַרבעטן]
די דיינים זענען ווי פאלגנד:
- ר' יוסף אלי' שטיינער ז"ל אין וויליאמסבורג
- ר' יחזקאל הורוויץ ז"ל אין בארא פארק
- ר' מנחם פישער נ"י אין מאנסי
- ר' הערשל האלפערין נ"י אין בארא פארק
חסידות [באַאַרבעטן]
ר' אשר אנטשיל כ"ץ דער איצטיגער רב האט פארוואנדלט די קהילה אין א חסידות, מען דאווענט שוין היינט דארט נוסח ספרד, ווי אויך האט ער געלייגט מזוזות, און פירט דארט טיש, אפציצייכענען אז עס איז שוין נישט קיין בית הכנסת.