אשר אנשיל כ"ץ

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון אשר אנטשיל כ"ץ)

רבי אשר אנשיל כ"ץ איז דער וויענער רב אין ברוקלין, ניו יארק.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

הרב אשר אנטשיל כ"ץ איז געבוירן צו זיין פאטער הרב יהושע כ"ץ, סאמבאטהעליער רב. ער האט איבערגענומען זיין פאטער'ס פלאץ אלס רב אין סאמבאטהעלי בית המדרש אין וויליאמסבורג. נאך דער פטירה פון דעם וויענער רב, הרב עזריאל יהודה לעבאוויטש, איז ער ערוועלט געווארן צו דערפילן זיין פלאץ אלס רב פון קהל עדת יראים וויען.

ער ווערט פארעכענט צווישען די גדולי מנהיגי יהדות החרדית אין אמעריקע.

ער איז א ברודער מיט הרב חיים לייב כ"ץ, סערדאהעלער רב אין בארא פארק, און מיט הרב שלמה זלמן כ"ץ, תולדות אהרן רב אין וויליאמסבורג.

ער האט פארפאסט ספרים אויף הלכות שבת און מילה, און "שמן ראש" על התורה ומועדים.