סקאטלאנד

פֿון װיקיפּעדיע
סקאטלאנד
Scotland
www.gov.scot

סקאָטלאַנד אָדער שאָטלאַנד (ענגליש: Scotland; גאַליש: Alba אַל׳אַפע) איז אַ לאַנד װאָס איז אַ טייל פונעם פאראייניגטן קעניגרייך, וואס באדעקט דעם צפון דריטל פונעם אינזל גרויסבריטאניע. סקאָטלאַנד האט אַ לאנד גרענעץ פון 154 ק״מ מיט ענגלאנד צום דרום־מזרח. סקאָטלאַנד האט בארטנס אױף דעם צפון ים צו מזרח, דער אטלאנטישן אקעאן צו מערב און אױך דעם אירישן ים צו דרום־מערב.

סקאָטלאַנד איז אמאל געװען אן אומאפהענגיק לאנד מיט אן אײגענער רעגירונג. יעצט אבער איז עס איינער פֿון די פיר טײלן פֿון דעם פאראײניגטן קעניגרײך. אין יאָר 1603 איז דער מלך פון סקאָטלאַנד זשיימס דער זעקסטער פון סקאטלאנד געװארן אױך מלך איבער ענגלאנד. אין 1707 האָט דער פארלאמענט פון סקאָטלאַנד באהאפֿטן מיטן ענגלישן פארלאמענט צו װערן דער פאלאמענט פֿון גרויסבריטאניע, און אין 1801 האָט גרויסבריטאניע פֿארבונדן מיט אירלאנד צו װערן דאָס פאראײנגטע קעניגרײך פֿון גרױסבריטאניע און אירלאַנד. כאטש סקאָטלאַנד איז נישט אומאפהענגיק, דורכאױס זײַן היסטאריע האָט סקאָטלאַנד געהאט אן אײגענע געזעץ סיסטעם און אן אײגענע שולע סוסטעם, און אן אײנציקע קולטור.

זײט 1999 האָט סקאָטלאַנד אן אײגענעם פארלאמענט. טראץ דעם װערן אסאך זאכן געפירט פֿון דעם װעסטמינסטער פארלאמענט אין לאנדאן, ענגלאנד. טײל מענטשן אין סקאָטלאַנד האַלטן אז דאָס לאַנד זאל װערן נאכאמאל אומאפהענגיק.

צפון סקאָטלאַנד האָט פֿיל בערג, און װײניג מענטשן װאױנען דארט. רוב מענטשן װאױנען אינעם נידריגן צענטראלן שטח, אָדער ארום דעם בארטן. ארום דעם מערב בארטן און צו צפון־זענען דאָס אסאך אינזלען.

די הױפטשטאט פֿון סקאָטלאַנד איז עדינבורג, אױפן מזרח בארטן, אבער די גרעסטע שטאָט איז גלאזגוי. כמעט העלפט פֿון סקאָטלאַנד׳ס באפעלקערונג װאױנען אין גלאזגױ אָדער דעם ארומיגן שטח. אנדערע שטעט אין סקאָטלאַנד זענען אבערדין, דאנדי, אינװערנעס, סטירלינג און פערטה.

די באפעלקערונג פֿון סקאָטלאַנד איז 5,194,000 (אפגעשאצט 2009).

סקאטלאנד ווערט צעטיילט אין 32 אדמיניסטראטיווע אפטיילן אדער לאקאלע ראטן, גערופן ראט-שטחים (council areas).[1] גלאזגא שטאָט איז דער גרעסטער ראט-שטח לויט באפֿעלקערונג, און הויכלאנד באדעקט דעם גרעסטן שטח. די סקאטישע רעגירונג גיט איבער געוויסע רעגירונגס-קראפט צו יעדן אפטייל, איינשליסנדיק בילדונג, סאציאלע באדינונגען, און שאסייען און טראנספארטאציע.[1]

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

געאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

סקאטלאנד פארנעמט א דריטל פון די בריטישע אינזלען, און געפינט זיך צפון־מערב פון דער יבשה פון אייראפע.

דער שטח פון סקאטלאנד איז 78,772 ק"מ². סקאטלאנד האט א גרענעץ אויף דער יבשה נאר מיט ענגלאנד, וואס איז לאנג 96 קילאמעטער (60 מייל). דער מערב בארטן פון סקאטלאנד איז אויפן אטלאנטישן אקעאן און דער מזרח בארטן איז אויפן צפון ים. אירלאנד געפינט זיך 30 ק"מ פון דרום קינטייר, נארוועגיע איז 305 ק"מ צו מזרח און די פארא אינזלען זענען 270 ק"מ צו דרום.

סקאטלאנד׳ס העכסטער פונקט איז דער שפיץ פון בען נעוויס, אין לאכאבער, הויך 1344 מ איבערן ים פלאך, און סקאטלאנד׳ס לענגסטער טייך, דער טייך טיי, פלוסט א דיסטאנץ פון 190 ק״מ.[2][3]

טראנספארטאציע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. a b Scottish Local Government. דערגרייכט דעם 3טן יאנואר 2019.
  2. Keay, J. & Keay, J. (1994) Collins Encyclopaedia of Scotland. London. HarperCollins. Pages 734 and 930.
  3. Tay. Encarta. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 17טן מיי 2008. דערגרייכט דעם 21סטן מערץ 2008.