אבערדין

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
אַבערדין
Aberdeen
City Flag of Aberdeen.svg
3rd Aug 2012- Abdn Harbour 2.JPG
אבערדין האוון
מדינה / טעריטאריע Flag of Scotland.svg סקאטלאנד
Flag of the United Kingdom.svg פאראייניגטע קעניגרייך
קאארדינאטן 57°09′11″N 2°06′36″W / 57.153, -2.110קאארדינאטן: 57°09′11″N 2°06′36″W / 57.153, -2.110
שטח 186 קוואדראט ק"מ
באפעלקערונג (2011)

 ‑ אין שטאט
 ‑ ענגקייט

220,420‏
1,187 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאנע UTC
www.aberdeencity.gov.uk

אַבערדין (ענגליש: Aberdeen; סקאטס: Aiberdeen; שאטישע גאליק: Obar Dheathain) איז די דריטע מערסטע באפעלקערטע שטאט אין סקאטלאנד, מיט א געשאצטער באפעלקערונג פון 220,420. די שטאט געפינט זיך אין צפון־מזרח סקאטלאנד ביים צוזאמענפלוס ווי די די און דאן טייכן פליסן אריין אין צפון ים. די שטאט האט א לאנגע זאמדיקע בארטן־ליניע.

די שטאט האט צוויי אוניווערסיטעטן, דער אוניווערסיטעט פון אבערדין, געגרינדעט אין 1495, און ראבערט גארדאן אוניווערסיטעט, וואס האט באקומען אוניווערסיטעט סטאטוס אין 1992. די טראדיציאנעלע אינדוסטריעס זענען פישעריי, שיפבויעריי און טעקסטיל, אבער היינט זענען די הויפט אינדוסטריעס נאפט און דער ים־פארט.


רעליגיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

מען האט געעפנט די שול אין 1945.

טראנספארט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

פון אבערדין פליפעלד (ABZ) אין צפון פון דער שטאט פליט מען קיין פראנקרייך, האלאנד, דייטשלאנד, שפאניע, עסטרייך און אירלאנד.

אבערדין באן סטאנציע האט אפטע באנען קיין עדינבורג, גלאזגא און לאנדאן. די לענגסטע באן רייזע אינעם פאראייניגטן קעניגרייך פארט פון אבערדין קיין פענזאנס 08:20 און דויערט 13 שעה מיט 23 מינוט.

צווילינג שטעט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אבערדין האט עטלעכע צווילינג שטעט.‏[1]

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. Twinning Aberdeen. Aberdeen City Council. דערגרייכט דעם ‏9טן מיי 2013.

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: אבערדין