וויילס
וויילס (וועלשיש: Cymru) איז א טייל פונעם פאראייניגטן קעניגרייך. עס איז איינס פון די פינף קעלטישע פעלקער. וויילס איז צו מערב פון ענגלאנד. די הויפטשטאט פון וויילס איז קארדיף (אויף וועלשיש: Caerdydd), מיא א באפעלקערונג פון 325,000. די נאציאנאלע זאמלונג פון וויילס זיצט אין קארדיף.
די העכסטע בערג אין וויילס זענען אין גווינעד פראווינץ, אין צפון-מערב, צווישן זיי סנאדן (אדער Yr Wyddfa), וואס איז די העכסטע שפיץ אין וויילס מיט 1085 מעטער (3,560 פיס).
וויילס האט א באפעלקערונג פון קנאפע דריי מיליאן. די מערהייט וואוינט אין דרום און מזרח פונעם לאנד. די הויפט שפראכן וואס מ'רעדט אין וויילס זענען ענגליש און וועלשיש. וועלשיש איז א קעלטישע שפראך, נאענט צו קארניש און ברעטאן. אומגעפער איין מענטש פון פינף אין וויילס קען רעדן זי.
|
ראיאנען פון ענגלאנד: דרום-מזרח • דרום-מערב • יארקשיר און האמבער • לאנדאן • מזרח מידלאנדס • מזרח ענגלאנד • מערב מידלאנדס • צפון-מזרח • צפון-מערב |