צפון אירלאנד

פֿון װיקיפּעדיע

צפון אירלאנד (איריש: Tuaisceart Éireann, אלסטער שאטיש: Norlin Airlann) איז דאס קלענסטע פון די פיר לינדער וואס שטעלן צוזאם דאס פאראייניגטע קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און צפון אירלאנד. צפון אירלנד געפינט זיך אין צפון מזרח פון דעם אינזל אירלאנד און האט א שטח פון 14,139 קוואדראט ק"צ. צו דרום און מערב האט עס א גרענעץ מיט דער רעפובליק פון אירלאנד. זיין הויפטשטאט איז בעלפאסט. די באפעלקערונג פונעם לאנד איז געווען בערך 1,750,000 [1] אין יוני 2006, אומגעפער 3% פון דער גאנצער באפעלקערונג פונעם פאראייניגטן קעניגרייך.

צפון אירלאנד איז געווארן אין יאר 1921, פון זעקס דיסטריקטן (פון ניין אינגאנצן) אין אלסטער, א טייל פון אירלאנד. די איבעריגע דיסטריקן פון אירלאנד זענען געווארן אן אומאפהענגיק לאנד, די רעפובליק פון אירלאנד.


טראנספארט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

א צפון אירלאנד באנען באן

צפון אירלאנד האט דריי פליפעלדער – בעלפאסט אינטערנאציאנאל לעבן אנטרים, דזשארדזש בעסט בעלפאסט סיטי אין מזרח בעלפאסט און סיטי פון דערי אין לאנדאנדערי גראפנשאפט.

די הויפט ים פארטן אין לארן און בעלפאסט פירן פאסאזשירן און פראכט צווישן גרויסבריטאניע און צפון אירלאנד.

צפון אירלאנד באנען פירן פאסאזשירן באן דינסטן.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]