לדלג לתוכן

מרדכי מנשה זילבער

פֿון װיקיפּעדיע

רבי מרדכי מנשה זילבער (געב׳ ג' אלול תשי"א), באקאנט אלס רבי מאטל זילבער, איז דער רבי פון קהל תולדות יהודה אין בארא פארק.

ער האט חסידים אין פארשידענע ערטער. אויסער דעם צענטראלן בית המדרש אין בארא פארק, האבן זיינע חסידים געעפנט שטיבלעך אין וויליאמסבורג, מאנסי, לעיקוואד, קרית יואל, און אויך אין ארץ ישראל אין ירושלים, בני ברק, בית שמש, חיפה, אשדוד, ביתר,

ער האט געלערנט אין ישיבת תורה ודעת. דער משגיח פון ישיבה הגאון הצדיק רבי משה וואלפסאן, רב פון ביהמ"ד אמונת ישראל, האט אים אויסגעוועלט אלס זיין איידעם.

רבי מרדכי איז געבוירן געווארן אין פאריז ג׳ אלול תשי״א צו זיין פאטער שמחה אלטער זילבער, א סטוטשינער חסיד פון גאליציע. ער אליין איז פון זיין יוגנט געווען א חסיד פונעם סטוטשינער רב, רבי יהודה הורוויץ.

רבי מאטל זאגט אסאך שיעורים אין חסידות, בפרט און ספר ליקוטי מוהר"ן אין מסילת ישרים, אויף א טיפן פארנעם. זיין סטיל איז גאר אייגנארטיג, באזירט אויף טיפע חסידישע ספרים ווי אויך כתבי אר"י און ספרי קבלה, מיט א געמיש פון א ברייטן אויסוואל פון פארשידענע ספרי חסידות. ער זאגט הפלא'דיגע גימטריאות על דרך הרמז געמישט מיט חסידות. שלש סעודות זאגט ער יעדע וואך א פרישן מאמר פון איבער א שעה.

ער לערנט אסאך קבלה, און דאס איז רוב באשעפטיגונג דורכן טאג. ער זאגט עטליכע שיעורים אין קבלה פאר יונגעלייט, און ער פאדערט כסדר אז א מענטש דארף זיך מאכן פאר א כלי מוכשר צו קענען לערנען קבלה. אויך רעדט ער אסאך איבער די עבודת היחודים פון צדיקים צו וואס יעדער דארף צוקומען.

ער זאגט אויך מוסר שמועסן און שיעורים אין אזעלכע ספרים ווי מסילת ישרים, און נאך. זיינע מוסר שמועסן זענען זייער אייגנארטיג. ער איז געבענטשט מיט הומאר און א גוטער שפראך, און צומאל איז עס זייער קאמיש און טשיקאוו. דער שיעור איז זייער פאפולער, נאך מער ווי די שיעורים אין חסידות, און איז א לייכטע שיעור.