מנחם מענדל שניאורסאהן (צמח צדק)
געבורט |
9 סעפטעמבער 1789 (יוליאניש) בעלארוס |
---|---|
טויט |
17 מערץ 1866 (יוליאניש) (אלט 76) ליובאוויטש, רוסלאנד |
מדינה | רוסלענדישע אימפעריע |
קבורה ארט | ליובאוויטש |
פאך | רב, קאמפאזיטאר, אדמו"ר |
אַמט | אדמו"ר |
- דער ארטיקל דיסקוטירט דעם דריטן רבי פון חב"ד. טאמער זוכט איר דעם לעצטן ליובאוויטשער רבי, זעט מנחם מענדל שניאורסאהן.
רבי מנחם מענדל שניאורסאהן (כ"ט אלול ה'תקמ"ט - י"ג ניסן ה'תרכ"ו), דער דריטער רבי פון ליובאוויטש - חב"ד. באקאנט אלס "דער צמח צדק".
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי מנחם מענדל איז געבוירן אין ליאזנא כ"ט אלול ה'תקמ"ט, צו זיין פאטער הרב שלום שכנא שניאורסאהן, א חסיד פון רבי מענדל האראדאקער, און צו זיין מוטער מרת דבורה לאה א טאכטער פון הרב שניאור זלמן דער בעל התניא. מ'האט אים א נאמען געגעבן נאך רבי מענדל האראדאקער.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין עלטער פון דריי יאר צום גדליה ה'תקנ"ג ווען זיין מוטער איז נפטר געווארן, איז רבי מנחם מענדל אויפגעצויגן געווארן ביי זיין זיידען דער בעל התניא.
אין יאר ה'תקפ"ח נאך דער פטירה פון זיין שווער, דער מיטלער רבי, האבן די חסידים איינגעדרינגען רבי מנחם מענדל איבערצונעמן די רביסטעווע.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי מנחם מענדל איז נפטר געווארן י"ג ניסן ה'תרכ"ו, און ער ליגט אין ליובאוויטש.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאר ה'תקס"ג האט רבי מנחם מענדל געהייראט מרת חיה מושקא[1] א טאכטער פון רבי דובער פון ליובאוויטש. זייערע קינדער:
- הרב ברוך שלום שניאורסאהן (כ"ב חשוון ה'תקס"ו - ט"ז שבט ה'תרכ"ט), פון ליובאוויטש.
- הרב יהודה ליב שניאורסאהן (ה'תקס"ח (אומגעפער) - ג' חשוון ה'תרכ"ז), רבי פון קאפוסט.
- הרב יעקב שניאורסאהן ( - ), ער איז נפטר געוואטן יונגערהייט.
- הרב שמואל שניאורסאהן (ב' אייר ה'תקצ"ד - י"ג תשרי ה'תרמ"ג), ממלא מקום פון פאטער, רבי פון ליובאוויטש, דער מהר"ש.
- מרת דבורה לאה, די ווייב פון הרב לוי יצחק זלמנסאהן, א זון פון איר פעטער הרב יקותיאל זלמן (וואלעם), אן איידעם ביים דעם מיטלער רבי, רבי דובער.
- מרת ראדע פריידא, די ווייב פון הרב שניאור שניאורסאהן, א זון פון איר פעטער הרב מנחם נחום שניאורסאהן, א זון פון דעם מיטלער רבי, רבי דובער.
זיינע ספרים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- צמח צדק - שו"ת.
- צמח צדק - פסקי דינים.
- צמח צדק - חידושי הש"ס .
- דרך מצוותיך - טעמי המצוות ע"פ חסידות.
- ביאורי הזוהר - זוהר.
- דרך אמונה (ספר החקירה).
- אור התורה - צוויי און פערציג בענדער על התורה, מועדים און נ"ך.
- ספר הליקוטים.
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ לויט ספר הצאצאים; בית רבי שרייבט "חיה מוסא"