דובער פון ליובאוויטש

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

רבי דובער (שניאורי) [1] פון ליובאוויטש (ט' כסלו ה'תקל"ד - ט' כסלו ה'תקפ"ח), באקאנט אלס דער מיטלער רבי.

אפשטאם[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי דובער איז געבוירן ט' כסלו ה'תקל"ד, אין דער אומגעבונג פון ליאזנא, (א קליין שטעטל אין ווייסרוסלאנד נעבן וויטעבסק וואס האט דעמאלס געהערט צו פוילן), צו זיין פאטער הרב שניאור זלמן דער בעל התניא. און צו זיין מוטער מרת שטערנא א טאכטער הרב יהודה לייב סג"ל פון די אנגעזענע יידן אין וויטעבסק.

רבנות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין יאר ה'תקנ"א האט רבי דובער איבערגענומען דאס אנפירן מיט די יונגע חסידים. נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תקע"ג האט מען אויפגענומען רבי דובער אלס ממלא מקום פון פאטער. אין דעם זעלבן יאר י"ח אלול האט דער מיטלער רבי זיך באזעצט אין ליובאוויטש. אין דעם יאר ה'תקע"ד האט דער מיטלער רבי אויפגעשטעלט א ספעציעלן קאמיטעט צוריק אויפצושטעלן די יידישע שטעטלעך אין ווייסרוסלאנד וואס זענען פארניכטערט געווארן אין קריגס צייט.

דער מיטלער רבי האט ארויסגעוויזן א געוואלדיגן ליבשאפט צו ארץ ישראל און אירע איינוואוינער, אין יאר ה'תקע"ג אומגעפער האט ער געגרינדעט א ישוב פאר די חב"ד חסידים אין חברון, און ער איז געווען פון די ערשטע וואס האבן איינגעפירט די פושקעס פון רמבעה"נ פאר יידן וואס וואוינען אין ארץ ישראל.

הסתלקות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי דובער איז נפטר געווארן אין ניעזין, ט' כסלו ה'תקפ"ח, ווען ער איז געקומען פון זיין פאטער'ס ציון אין האדיטש.

פאמיליע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די רביצין פון רבי דובער האט געהייסן מרת שיינא. זייערע קינדער:[2]

  • הרב ברוך שמואל שניאורסאהן. א' אלול ה'תקפ"ב האט ער געהייראט מרת ביילא רייזא א טאכטער פון זיין פעטער הרב חיים אברהם שניאורסאהן, א זון פון בעל התניא.
  • מרת ביילא, די ווייב פון הרב יקותיאל זלמן (וואלעס), א זון פון הרב יוסף שלום בונם, אן איידעם פון הרב לוי יצחק פון בארדיטשוב, דער קדושת לוי.
  • מרת ברכה, די ווייב פון הרב יונה פון זשיטאמיר.
  • מרת שרה, די ווייב פון הרב אהרן אלעקסאנדראוו, פון שקלאוו.

זיינע ספרים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • אמרי בינה - ביאור אויף מצוות ק"ש און תפילין.
  • שער היחוד.
  • שער האמונה
  • תורת חיים.
  • עטרת ראש - דרשות אויף ימים נוראים.
  • עיון תפילה - תפילה.
  • שערי אורה - חנוכה און פורים.
  • שערי תשובה - תשובה.
  • דרך חיים - תשובה.
  • קונטרס ההתפעלות.
  • פרוש המלות - תפילה.
  • באורי-הזהר.
  • מאמרי אדמו"ר האמצעי - אומגעפער צוואנציג בענדער.

זעט אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רעפערענצען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. ספר הצאצאים
  2. יצחק אלפסי, תורת החסידות עמוד 420, ירושלים תשס"ז